נײַע קאָמפּאַקטלעך פֿון ייִדישער מוזיק

New CDs of Jewish Music

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published September 26, 2014, issue of October 10, 2014.

פֿאָרנדיק איבער די לענדער פֿון אייראָפּע דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרילינג, האָב איך זיך באַקענט אין יעדער שטאָט מיט מוזיקער און זינגער, וואָס שפּילן און רעקאָרדירן ייִדישע מוזיק.

כאָטש איך האָב נישט גענומען, בדרך־כּלל, קיין מתּנות אויף מײַן וועג, האָב איך זיך אויך נישט געקענט אָפּזאָגן, ווען מ׳האָט מיר געשאָנקען אַ קאָמפּאַקטל מיט דער האָפֿענונג, אַז איך זאָל אָנשרײַבן אַ רעצענזיע אין דער צײַטונג. אַזוי אַרום האָט זיך אָנגעזאַמלט במשך פֿון דער נסיעה אַ טוץ רעקאָרדירונגען פֿון קלעזמער און ייִדישן געזאַנג. נישט אַלע מוזיקער האָב איך פֿריִער געקענט — כאָטש איך באַטייליק זיך שוין יאָרן לאַנג אין מוזיק־פֿעסטיוואַלן און וואַרשטאַטן — ווײַל די קלעזמער־וועלט איז שוין געוואָרן צו גרויס, מע זאָל יעדן איינעם קענען פּערזענלעך. האָט עס מיר הנאה געטאָן זיך צו באַקענען מיט נײַע פּנימער און יונגע כּוחות אין כּלערליי לענדער, וואָס ווילן דווקא עפּעס נײַעס טאָן מיט זייערע טאַלאַנטן.

די דרײַ רעקאָרדירונגען, וועלכע איך האָב אויסגעקליבן דאָס מאָל צו רעצענזירן — די ערשטע פֿון בערלין, די צווייטע פֿון מאָסקווע און די דריטע פֿון שאָטלאַנד — זענען גאָר אַנדערש איינע פֿון דער אַנדערער; אָבער בשותּפֿות פֿאַרמאָגן זיי אַלע דרײַ אָריגינעלקייט און שאַפֿערישקייט.

„קול־אישה‟
„קול־אישה‟

אין בערלין, דײַטשלאַנד, אין 2013, האָט אַ סופּער־גרופּע, וואָס הייסט „קול־אישה‟ („Kol Ishe‟) אַרויסגעלאָזט איר ערשט קאָמפּאַקטל, „אַ זמרל אַזאַ‟. די זינגערין סוועטלאַנאַ קונדיש ווערט הײַנט אָנערקענט ווי איינע פֿון די בעסטע ייִדישע זינגערינס מיט אַ שטים וואָס פֿאַרכּישופֿט. די השפּעה פֿון איינער פֿון אירע לערערינס, נחמה ליפֿשיץ, הערט מען באַלד; דער טראָפּ פֿון איר געזאַנג איז תּמיד אויף די ווערטער, און מיט דראַמאַטישקייט דריקט זי זיך אויס אויף אַ זעלטענעם פּאָעטישן שטייגער. די פֿידלערין וואַנעסאַ ווראָמאַנס, וועלכע באַטייליקט זיך אין צו פֿיל קאַפּעליעס אין האָלאַנד און דײַטשלאַנד, מע זאָל זיי קענען אַלע אויסרעכענען דאָ — שפּילט מײַסטעריש און באַגלייט קונדיש אויך פּאָעטיש. אויפֿן אַקאָרדיעאָן שפּילט די גוט־באַקאַנטע סאַנע מאָריקע, און די דרײַ צוזאַמען זינגען און שפּילן נײַע שאַפֿונגען, אָדער זייערע אייגענע, אָדער געשאַפֿן פֿון אַנדערע במשך פֿון די לעצטע יאָרן. קיין אַלטע טעאַטער־ אָדער פֿאָלקסלידער וועט מען אויפֿן קאָמפּאַקטל נישט הערן.