הויכע עליה ניט קיין סימן פֿון טרײַשאַפֿט צו ישׂראל

Aliyah Increase Not a Sign of Devotion to Israel

נײַע עולים קומען אָן אין „בן־גוריון פֿליפֿעלד‟
Courtesy of Nefesh B’Nefesh
נײַע עולים קומען אָן אין „בן־גוריון פֿליפֿעלד‟

פֿון בען סיילס (ייִט״אַ)

Published September 30, 2014, issue of October 24, 2014.

הײַיאָר איז די גרעסטע צאָל עולים געקומען פֿון פֿראַנקרײַך, און די צאָל עולים פֿון אוקראַיִנע האָט זיך ממש פֿאַרטאָפּלט זינט פֿאַראַיאָרן.

קיין חידוש איז עס, אַוודאי, נישט. ס׳רובֿ פֿון די עולים האָבן פֿאַרלאָזט זייער היימלאַנד, ווײַל זיי האָבן דערפֿילט, אַז זיי האָבן נישט קיין ברירה, צוליב דעם וואַקסנדיקן געפֿאַר דאָרט. הגם די ישׂראלדיקע עקאָנאָמיע און אינפֿראַסטרוקטור איז טאַקע בעסער הײַנט ווי מיט צענדליקער יאָרן צוריק, זענען זיי נישט גענוג גוטע סיבות צוצוציִען נײַע אימיגראַנטן. אַ סימן דערפֿון איז, אַז פֿון אַמעריקע איז די צאָל עולים געבליבן כּמעט די זעלבע ווי פֿאַראַיאָרן.

דאָס איז אָבער נישט קיין נײַעס אין דער געשיכטע פֿון עליה. די דרײַ גרעסטע מאַסן־אימיגראַציעס — פֿונעם מיטעלן מיזרח אין די 1940ער און 1950ער; און פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און עטיאָפּיע אין די 1980ער און 1990ער — זענען אַלע פֿאָרגעקומען צוליב אַ געמיש פֿון רדיפֿות און אָרעמקייט אינעם היימלאַנד.

אין אוקראַיִנע און פֿראַנקרײַך פֿילן זיך די ייִדן הײַנט שטאַרק באַדראָט. הגם די פֿראַנצייזישע עקאָנאָמיע גייט גוט, האָט דער וווּקס פֿון ברוטאַלע אַנטיסעמיטישע אַטאַקן דערגרייכט אַ שפּיץ דעם זומער בעת דער מלחמה אין עזה, און פֿאַרטריבן נישט ווייניק פֿראַנצייזישע ייִדן קיין תּל־אָבֿיבֿ, נתניה און אַשדוד.

די אוקראַיִנישע ייִדן, ווי די אוקראַיִנער בכלל, מאַכן דורך שוין כּמעט אַ יאָר לאַנג אַ מלחמה אויפֿן מיזרח־טייל.

אין ישׂראל האָבן זיך הײַיאָר באַזעצט 24,800 ייִדן — 28% מער ווי פֿאַראַיאָרן, לויט דער סוכנות. 6,000 האָבן עולה געווען פֿון פֿראַנקרײַך, און 4,200 פֿון אוקראַיִנע, אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ די צאָל איז געווען נישט מער ווי 3,100. די סיבה דערפֿאַר איז קלאָר: אין אַמעריקע איז דאָס לעבן גוט פֿאַר ייִדן. דאָ איז מען ווײַט פֿונעם פֿראַנצויזישן אַנטיסעמיטיזם און פֿונעם פּראָ־רוסישן סעפּאַראַטיזם. ווי אַ פּועל־יוצא זאָרגן זיך די ייִדישע פֿירער דאָ גיכער וועגן אַסימילאַציע, איידער וועגן אַ פֿיזישער סכּנה.