נתניהו: איראַן איז אַ גרעסערע סכּנה ווי ISIS

Netanyahu: Iran Poses Greater Threat than Islamic State

פּרעמיער בנימין נתניהו רעדט אויף דער 69סטער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער „יו־ען‟, דעם 29סטן סעפּטעמבער, אין ניו־יאָרק
Getty Images
פּרעמיער בנימין נתניהו רעדט אויף דער 69סטער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער „יו־ען‟, דעם 29סטן סעפּטעמבער, אין ניו־יאָרק

פֿון „רויטערס‟

Published October 01, 2014, issue of October 24, 2014.

„יו־ען‟. — דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט מאָנטיק געפּרוּווט אָפּווענדן דעם פֿאָקוס אויף ISIS און זיך אומקערן צו איראַן, וואָרענענדיק דער „יו־ען‟, אַז אַ נוקלעאַר־באַוואָפֿנטער טעהעראַן וואָלט באַטראָפֿן אַ סך אַן ערגערע סכּנה ווי „מיליטאַנטישע איסלאַמיסטן אין משׂא־אויטאָס‟.

במשך פֿון דער פֿינף־טאָגיקער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער „יו־ען‟, איז די הויפּט־טעמע פֿון די רעדעס אויפֿן פּרעזידיום, ווי אויך אין די פּריוואַטע שמועסן, געווען ISIS, בפֿרט אין שײַכות מיט איר פֿאַרכאַפּן גרויסע שטחים פֿון סיריע און איראַק, און אירע שחיטות פֿון ציווילע לײַט און סאָלדאַטן.

נתניהו האָט אָבער באַשריבן איראַן, ISIS און „כאַמאַס‟ ווי אַ טייל פֿון דער זעלבער „קאָמאַנדע‟, און זיי פֿאַרגליכן צו די נאַציס: „די נאַציס האָבן געגלייבט אין אַן אייבער־ראַסע, און די מיליטאַנטישע איסלאַמיסטן גלייבן אין אַן אייבער־רעליגיע,‟ האָט נתניהו דערקלערט בעת זײַן רעדע אויף דער יערלעכער פֿאַרזאַמלטנג פֿון 193 לענדער אין ניו־יאָרק. „דערווײַל קריגן זיי צווישן זיך, וועלכער פֿון זיי וועט ווערן דער הערשער פֿון דער אייבער־רעליגיע.‟

„פֿאַרשטייט זיך, מוז מען באַזיגן ISIS,‟ האָט נתניהו צוגעגעבן. „אָבער אויב מיר וועלן בלויז באַזיגן ISIS און דערמעגלעכן איראַן צו ווערן אַ נוקלעאַרע מאַכט, הייסט עס, אַז מיר וואָלטן געוווּנען דעם שלאַכט, אָבער פֿאַרלוירן די מלחמה.‟

„ס׳איז אַ סך גרינגער צו באַקעמפֿן מיליטאַנטישע איסלאַמיסטן מיט קאַלאַשניקאָוו־ביקסן אין משׂא־אויטאָס, ווי מיליטאַנטישע איסלאַמיסטן מיט וואָפֿנס פֿון מאַסן־פֿאַרטיליקונג,‟ האָט נתניהו באַטאָנט.

דורכן פֿאַרבינדן איראַן, ISIS און „כאַמאַס‟, האָט נתניהו, אַ פּנים, געפּרוּווט איבערצײַגן די אַמעריקאַנער קאָנגרעסלײַט, אַז פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס באַשלוס מיטצואַרבעטן מיט טעהעראַן נאָך דער דערוויילונג פֿונעם פּראַגמאַטישן פּרעזידענט כאַסאַן רוכאַני אין 2013, איז אַ געפֿערלעכער.

אויף דער פֿראַגע, צי וואַשינגטאָן איז מסכּים מיט נתניהוס פֿאַרבינדן איראַן, ISIS, „כאַמאַס‟ און „כעזבאָלאַ‟ ווי איין בשותּפֿותדיקע מוסולמענישע קאַמפּאַניע צו באַהערשן די וועלט, האָט די וואָרטזאָגערין פֿונעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, דזשען פּסאַקי, געענטפֿערט: „ניין, מיר זענען נישט מסכּים מיט אַזאַ כאַראַקטעריזאַציע.‟

נתניהו האָט געזאָגט, אַז דער ציל פֿונעם „שיין־רעדנדיקן איראַנישן פּרעזידענט און זײַן אויסערן־מיניסטער‟ איז סתּם אָפּצושטעלן די אינטערנאַציאָנאַלע סאַנקציעס קעגן איראַן „און דערבײַ גרינגער מאַכן איראַנס פּלאַן צו שאַפֿן די באָמבע‟.

„די פֿראַגע פֿאַר אונדז איז, צי דער מיליטאַנטישער איסלאַם וועט האָבן דעם כּוח צו רעאַליזירן אירע אַמביציעס. דער ענטפֿער איז: יאָ — אויב ער טוט עס בשותּפֿות מיטן איסלאַמישן שטאַט פֿון איראַן… איראַנס פּרעזידענט רוכאַמי איז דאָ געשטאַנען די פֿאַרגאַנגענע וואָך און באַוויינט די ׳גלאָבאַליזאַציע פֿון טעראָריזם׳. אפֿשר זאָל ער אונדז פֿאַרשפּאָרן די היפּאָקריטסווע־טרערן און גיכער זיך נעמען צו זײַן ׳רעוואָלוציאָנערער גוואַרדיע׳,‟ האָט ער געזאָגט.

בעת זײַן רעדע האָט רוכאַני געזאָגט, אַז ער שטיצט אויך די באַמיִונגען צו באַקעמפֿן ISIS — אַ סוניטישע מיליטאַנטישע גרופּע, וואָס באַצייכנט די שיִיִטישע איראַנער פֿאַר הערעטיקער. ער האָט אָבער באַטאָנט, אַז דער מיטעלער מיזרח דאַרף אַליין באַהאַנדלען דעם ענין, אָן דער הילף פֿון דרויסנדיקע לענדער.

איראַן און די זעקס וועלט־כּוחות האָבן במשך פֿון דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער „יו־ען‟ געפֿירט באַזונדערע פֿאַרהאַנדלונגען וועגן טעהעראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם און דער מעגלעכקייט פֿון אָפּשטעלן די סאַנקציעס קעגן איר, אָבער קיין ממשותדיקער פּראָגרעס איז דאָרט נישט פֿאָרגעקומען.