ייִדן און „פֿאָנק‟

Jews and Funk

פֿון לייזער בורקאָ

Published October 02, 2014, issue of October 24, 2014.

דזשיימס בראַון (לינקס) מיט סיד נייטן, דער ייִדישער גרינדער פֿון דער פּלאַטע־פֿירמע „פֿעדעראַל רעקאָרדס‟, וואָס האָט אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט מיט בראַון אין 1956
Getty Images
דזשיימס בראַון (לינקס) מיט סיד נייטן, דער ייִדישער גרינדער פֿון דער פּלאַטע־פֿירמע „פֿעדעראַל רעקאָרדס‟, וואָס האָט אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט מיט בראַון אין 1956

כאָטש די ייִדן באַטרעפֿן בלויז 2% פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג, זײַנען מיר שוין לאַנג צוגעוווינט צו זען אַ סך ייִדישע פּנימער אויפֿן גרויסן עקראַן. דער חלק פֿון די ייִדן אין האַליוווּד, ווי אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן, שרײַבער פֿון סצענאַרן אאַז”וו, איז אַ מעשׂה, וואָס ציט זיך שוין הונדערט יאָר. ווייניקער באַקאַנט איז דער ייִדישער חלק אינעם אויפֿקום פֿון דער מאָדערנער פּאָפּולערער מוזיק, ניט דווקא ווי זינגער אָדער מוזיקער, נאָר ווי פּראָדוצענטן, אַגענטן און קולטור־פֿאַרמיטלער.

אַ גוטן בײַשפּיל זעען מיר אינעם נײַעם ביאָגראַפֿישן פֿילם וועגן דעם גרויסן שוואַרצן זינגער דזשיימס בראַון, „שטיי שוין אויף‟ (Get On Up): סײַ בראַונס אַגענט, בען באַרט, סײַ זײַן פּראָדוצענט, סיד נייטן, טראָגן זייער ייִדישקייט אויפֿן פּנים. אין איין סצענע (אַגבֿ, אַן אויסגעטראַכטע) קומט בראַון אויף באַרטס לוויה און שופֿלט אַ ביסל ערד אַרײַן אין קבֿר, לויטן ייִדישן מינהג. ייִדן ווי באַרט און נייטן האָבן געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אין פּאָפּולאַריזירן די שוואַרצע מוזיק צווישן דער אַלגעמיינער ווײַסער באַפֿעלקערונג, ווי אויך אין דער אַנטוויקלונג פֿון די מאָדערנע מוזיק־זשאַנערס ווי „ראָק‟, „ריטעם און בלוז‟ און „סאָול‟ (נשמה).

די ייִדן איז אויסגעקומען צו שפּילן די דאָזיקע פֿאַרמיטלער־ראָלע, אַ דאַנק זייער ספּעציעלן סטאַטוס אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט ווי „כּמעט ווײַסע‟, און אויך צוליב זייער לאַנגער געשיכטע ווי הענדלער. די היסטאָריקער באַטראַכטן די 1940ער ביז אין די מיט־1960ער יאָרן ווי אַ „גאָלדענע תּקופֿה‟ אין די באַציִונגען צווישן די ייִדן און די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, ווען די צוויי גרופּעס האָבן געהאַט אַ סך בשותּפֿותדיקע אינטערעסן. ביידע האָבן זיי געליטן פֿון דיסקרימינאַציע מצד דער ווײַסער מערהייט אין עקאָנאָמישן און סאָציאַלן לעבן; ביידע זײַנען געווען אויסגעשלאָסן, אין אַ גרויסער מאָס, פֿון די בעסטע אוניווערסיטעטן, וווין־ערטער און אַרבעטפּלעצער.

פֿון דעסטוועגן, איז די ייִדישע לאַגע אין אַמעריקע ניט געווען צו פֿאַרגלײַכן מיט דער שוואַרצער, און ביידע צדדים האָבן דעם פֿאַקט זייער גיך אײַנגעזען. היסטאָריש געזען, האָבן די ייִדן באמת גרויס מזל, וואָס עס וווינען דאָ אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, ווי עס האָט אַ מאָל אָנערקענט מאַקס ווײַנרײַך אין אַ רעדע פֿון 1945: „מסתּמא, וועט דער ייִד ניט ווערן דער זינדבאָק אין דעם דאָזיקן לאַנד, ווײַל ס׳איז דאָ אַן אַנדער אָביעקט פֿאַרן מענטשנס באַגער צו טרעטן אויף עמעצן, דהײַנו: דער נעגער‟.

אין די יאָרן נאָך דער מלחמה האָבן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן זיך אינטעגרירט און מיט אַ געוואַלדיקער גיכקייט זיך אַרויפֿגעאַרבעט צום מיטלשטאַנד, אויב נישט נאָך העכער. זיי האָבן אויך גענאָסן פֿון נײַע סימפּאַטיעס און שולדגעפֿילן נאָכן חורבן מצד דער ווײַסער מערהייט. די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, ווידער, האָבן זיך ווײַטער געראַנגלט מיטן דלות און מיט דער סאָציאַלער אויסשליסונג צענדליקער יאָרן, אין אַ געוויסער מאָס ביזן הײַנטיקן טאָג.