ימים־נוראימדיקע אוצרות אויף ייִדיש

High Holiday Treasures in Yiddish

Isidor Kaufmann

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published October 02, 2014, issue of October 24, 2014.

ייִדן זײַנען רײַך מיט ייִדישע יום־טובֿים — די מיט נסים און די אָן נסים, טרויעריקע און פֿריילעכע; אונדזערע יום־טובֿים זײַנען נישט נאָר אײַנגעבאַקן אין אונדזער מהות, נאָר דורך די דורות געוואָרן אַ טייל פֿון ייִדישן לעבן.

מיט דער צײַט, זײַנען אויך די יום־טובֿים פֿאַרוואַסערט געוואָרן בײַ אונדז, נישט צו דערקענען. ס’רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן, מיט אויסנאַמען, פֿאַרשטייט זיך, גייען איין מאָל אָדער צוויי מאָל אַ יאָר אין שיל, אָפּצוקומען אַ יום־טובֿ, וואָס זיי פֿילן קוים אין זייערע ביינער.

אַלץ וואָס איז וויכטיק, איז אויספּוצן זיך, אָבער ווען עס קומט צו דער אַכילה, פּאָרעט מען זיך נישט, חלילה, בײַם אויוון. פֿאַרקערט, מען באַשטעלט כּשר געקעכץ מיט די געפֿילטע פֿיש, אָדער מען שטייט אין ריי אָנצוקומען אין אַ כּשרן רעסטאָראַן לכּבֿוד יום־טובֿ. אַ ייִדישער יום־טובֿ איז סײַ אַ פּלאַטפֿאָרמע פֿון אידענטיטעט פֿאַר דער דרויסנדיקער וועלט, סײַ אַ טיאָכקע אין האַרצן — נאָך אַלעמען, זײַנען מיר פֿאָרט ייִדן.

ווי איז עס אָבער פֿאָרגעקומען אַמאָל, און דעם אַמאָליקן אַמאָל, וואָס איז פֿאַרווישט געוואָרן מיטן חורבן? ווײַבער פֿלעגן לויפֿן אויפֿן בית־עולם זאָגן תּפֿילות, אויסגיסן דאָס האַרץ סײַ בײַ די קבֿרים פֿון זייערע נאָענטע און סײַ פֿאַר די פֿאַרשטאָרבענע כּלי־קודש. זיי פֿלעגן אויך אויסמעסטן דאָס פֿעלד פֿונעם בית־עלמין מיט אַ קנויל פֿאָדעם, ברענגען עס צום ליכט־ציִער, געלאָזט מאַכן דערפֿון קנוילן־ליכט, און אַוועקשענקען זיי אין שיל ראָש־השנה בײַם דאַווענען. די ליכט האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די נשמות פֿון די פֿאַרשטאָרבענע.

ראש־השנה פֿאַלט אויס דעם ערשטן און צווייטן טאָג חודש תּישרי, און פֿון דעם טאָג אָן הייבט מען אָן צו ציילן דאָס נײַע ייִדישע יאָר. ימים־נוראים באַגעגענען מיר נישט מיט פֿרייד, נאָר מיט אומעט און מיט אַ צעבראָכן האַרץ. בײַם שופֿר בלאָזן פֿאַלט אויף אַלעמען אַ שטילער אומעט און אַ פֿרומער ציטער.

אין דער גמרא שטייט, אַז מ’בלאָזט שופֿר, כּדי צו צעטומלען דעם שׂטן, ער זאָל פֿאַרפֿעלן ברענגען פֿאַר גאָט די באַשולדיקונגען פֿון אונדזערע חטאים; ווײַל ווען דער שׂטן דערהערט, אַז מ’בלאָזט שופֿר ווערט ער צעטומלט און מיינט, אַז משיח איז געקומען און עס איז דער סוף פֿון זײַן ממשלה.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.