ימים־נוראימדיקע אוצרות אויף ייִדיש

High Holiday Treasures in Yiddish

Isidor Kaufmann

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published October 02, 2014, issue of October 24, 2014.

ייִדן זײַנען רײַך מיט ייִדישע יום־טובֿים — די מיט נסים און די אָן נסים, טרויעריקע און פֿריילעכע; אונדזערע יום־טובֿים זײַנען נישט נאָר אײַנגעבאַקן אין אונדזער מהות, נאָר דורך די דורות געוואָרן אַ טייל פֿון ייִדישן לעבן.

מיט דער צײַט, זײַנען אויך די יום־טובֿים פֿאַרוואַסערט געוואָרן בײַ אונדז, נישט צו דערקענען. ס’רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן, מיט אויסנאַמען, פֿאַרשטייט זיך, גייען איין מאָל אָדער צוויי מאָל אַ יאָר אין שיל, אָפּצוקומען אַ יום־טובֿ, וואָס זיי פֿילן קוים אין זייערע ביינער.

אַלץ וואָס איז וויכטיק, איז אויספּוצן זיך, אָבער ווען עס קומט צו דער אַכילה, פּאָרעט מען זיך נישט, חלילה, בײַם אויוון. פֿאַרקערט, מען באַשטעלט כּשר געקעכץ מיט די געפֿילטע פֿיש, אָדער מען שטייט אין ריי אָנצוקומען אין אַ כּשרן רעסטאָראַן לכּבֿוד יום־טובֿ. אַ ייִדישער יום־טובֿ איז סײַ אַ פּלאַטפֿאָרמע פֿון אידענטיטעט פֿאַר דער דרויסנדיקער וועלט, סײַ אַ טיאָכקע אין האַרצן — נאָך אַלעמען, זײַנען מיר פֿאָרט ייִדן.

ווי איז עס אָבער פֿאָרגעקומען אַמאָל, און דעם אַמאָליקן אַמאָל, וואָס איז פֿאַרווישט געוואָרן מיטן חורבן? ווײַבער פֿלעגן לויפֿן אויפֿן בית־עולם זאָגן תּפֿילות, אויסגיסן דאָס האַרץ סײַ בײַ די קבֿרים פֿון זייערע נאָענטע און סײַ פֿאַר די פֿאַרשטאָרבענע כּלי־קודש. זיי פֿלעגן אויך אויסמעסטן דאָס פֿעלד פֿונעם בית־עלמין מיט אַ קנויל פֿאָדעם, ברענגען עס צום ליכט־ציִער, געלאָזט מאַכן דערפֿון קנוילן־ליכט, און אַוועקשענקען זיי אין שיל ראָש־השנה בײַם דאַווענען. די ליכט האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די נשמות פֿון די פֿאַרשטאָרבענע.

ראש־השנה פֿאַלט אויס דעם ערשטן און צווייטן טאָג חודש תּישרי, און פֿון דעם טאָג אָן הייבט מען אָן צו ציילן דאָס נײַע ייִדישע יאָר. ימים־נוראים באַגעגענען מיר נישט מיט פֿרייד, נאָר מיט אומעט און מיט אַ צעבראָכן האַרץ. בײַם שופֿר בלאָזן פֿאַלט אויף אַלעמען אַ שטילער אומעט און אַ פֿרומער ציטער.

אין דער גמרא שטייט, אַז מ’בלאָזט שופֿר, כּדי צו צעטומלען דעם שׂטן, ער זאָל פֿאַרפֿעלן ברענגען פֿאַר גאָט די באַשולדיקונגען פֿון אונדזערע חטאים; ווײַל ווען דער שׂטן דערהערט, אַז מ’בלאָזט שופֿר ווערט ער צעטומלט און מיינט, אַז משיח איז געקומען און עס איז דער סוף פֿון זײַן ממשלה.

מיט יעדן איינעם פֿון אונדזערע ייִדישע יומים־טובֿים, זײַנען פֿאַרבונדן אַ שלל מיט איבערגלויבנס און מעשׂהלעך פֿון רבנים, צדיקים און רביים. דער עיקר, האָבן די ייִדן ליב געהאַט די מעשׂהלעך און משלים, וואָס האָבן באַרײַכערט אונדזער הנאה פֿון זײַן אַ קלוג פֿאָלק, אַ געראָטן פֿאָלק, אַ פֿאָלק, אַ יחיד־במינו.

פֿאַרמאָגן מיר טאַקע טויזנטער געראָטענע זאָגעכצער און מעשׂהלעך, משלים און נמשלים, וועלכע האָבן באַרײַכערט אונדזער ייִדישקייט. איך זאָג ייִדישקייט און נישט „דזשודאַיִזם‟, וואָס איז אויף אַ היפּשער שטרעקע גערוקט פֿון אונדזער ייִדישער פֿאָלקס־פֿאַנטאַזיע און קולטור. וועל איך פּרובירן אַ טאַפּ טאָן דעם דופֿק פֿון אונדזער ייִדישן קולטור־באַגאַזש.

ר’ לוי יצחק פֿון בערדיטשעוו האָט איין מאָל, אום ראָש־השנה, פֿאַר תּקיעת־שופֿר, געדרשנט פֿאַרן עולם:

„איך בין אַמאָל געווען אין אַן אכסניה בשעת אַ יריד. סוחרים, אײַלנדיק זיך צום יריד, האָבן אָפּגעזאָגט דאָס דאַווענען אויף גיך, אַז מ’האָט ממש גאָרנישט געקענט פֿאַרשטיין. אַלץ וואָס מען האָט געקענט הערן, זענען געווען אָפּגעריסענע הבֿרות, ווי ׳ע…בע… מע…׳ — בין איך געוואָרן אין כּעס און זיי אויסגעמוסרט, אַזוי צו זאָגן:

׳ייִדן! איר טוט מתפּלל זײַן צום מלך מלכי המלכים, ווי וועט ער אײַך פֿאַרשטיין?׳

רופֿט זיך אָפּ אַ ייִד, אַ פּשוטער ייִד דווקא, אָבער אַ פּקח (קלוג):

׳רבי לעבן, אַ קינד אין וויגעלע רעדט אויך נישט קיין קלאָרע דיבורים, עס בעקעט און מעקעט, אַפֿילו חכמים רבים־נבֿונים וועלן נישט פֿאַרשטיין. זײַן מאַמע אָבער, פֿאַרשטייט אַ יעדעס מעקעלע און בעקעלע פֿון איר קינדעלע.׳

„אַזוי זײַנען מיר אויך‟, זאָגט דער רבי, „מיר זײַנען אַלע רבונו־של־עולמס קינדער, און ער פֿאַרשטייט אַ יעדעס וואָרט, ס’מאַכט נישט אויס ווי מיר זאָגן עס. רבותי! נישט אין די ווערטער ליגט דער כּוח פֿון אַ תּפֿילה, נאָר אין דער הרגשה שבלבֿ.‟

מיר האָבן אַ רײַכע רבנישע ליטעראַטור, און נאָר איין גליקל האַמיל (1647־1724), וועלכע האָט אָנגעשריבן זיבן ביכעלעך מיט זכרונות, טאַקע אויף ייִדיש פֿאַר אירע קינדער, זיי זאָלן וויסן פֿון וואַנען זיי שטאַמען. זי האָט זיי דערציילט, וואָס ייִדן האָבן דעמאָלט איבערגעלעבט, און ווער זייער מאַמע איז געווען, זיי זאָלן וויסן, אַז גליקל איז געווען אַן אשת־חיל, אָנגעפּיקעוועט מיט תּורה און חכמה, געפֿירט אַ ייִדיש הויז, און דערצויגן צען קינדער אויף תּורה ועבֿודת־הבורא.

אין אירע זכרונות רירט זי אָן היסטאָרישע געשעענישן, ווי כמעלניצקיס אָנפֿאַל אויף ייִדן; די וואַקכאַנאַליע פֿון שבתי־צבֿי, דעם פֿאַלשן משיח, וועלכער האָט אָנגעמאַכט אַן איבערקערעניש אין די לעבנס פֿון אַ סך אומשולדיקע ייִדן, אַרײַנגערעכנט גליקלס שווער און שוויגער.

קודם־כּל, איז גליקל געווען אַ מלומדת, זיך אויסגעקענט אויף תּורה, און אין די אַגודות און משלים פֿון דער גמרא. דערציילט זי וועגן „גירוש האַמבורג אין 1648‟: זיי האָבן זיך געמוזט איבערציִען קיין אַלטונאַ, וואָס ס׳האָט פֿאַרמאָגט אַ קעניג פֿון דענמאַרק. ער האָט די ייִדן געשיצט. ווען די גזירה איז אָפּגערופֿן געוואָרן, איז גליקלס משפּחה צוריק אַריבער וווינען קיין האַמבורג.

האָט אין איר צײַט פּאַסירט דאָס פֿאָלגנדיקע געשעעניש: די ווילנער ייִדן זײַנען געקומען קיין האַמבורג, און מיטגעבראַכט מיט זיך אַן אָנשטעקנדיקע קראַנקייט — די שוואַרצע מגפֿה (the black plague). זי דערציילט:

„אין יענע יאָרן זײַנען נישט געווען קיין שפּיטעלער, זײַנען בײַ אונדז, אויפֿן בוידעם, געלעגן אַ צען קראַנקע, וואָס מײַן פֿאָטער האָט זיי אַלע אויסגעהאַלטן. אייניקע זײַנען געזונט געוואָרן, און אַנדערע זײַנען געשטאָרבן. איך און מײַן שוועסטער עלקעלע זײַנען דעמאָלט אויך געלעגן קראַנק. מײַן פֿרומע באָבע איז אַרומגעגאַנגען פֿון בעט צו בעט און צוגעזען, אַז קיינעם זאָל גאָרנישט פֿעלן. צום סוף, איז זי אַליין אויך קראַנק געוואָרן און געשטאָרבן. זי איז אַלט געווען דעמאָלט פֿיר און זיבעציק יאָר.‟

פֿאַרוואָס האָב איך דווקא אַרײַנגעקוקט אין גליקל האַמילס זכרונות, בכדאי זי אויך דערמאָנען לכּבֿוד די יומים־נוראים? בלויז אויף צו באַווײַזן, אַז נישט נאָר אונדזערע רבנים און רבים־נבֿונים האָבן געהאַט די שליטה איבערן פֿאָלק, נאָר מיר האָבן אויך פֿאַרמאָגט פֿרויען, נבֿוניתטעס, וואָס ווערן פֿאַרשוויגן אונטערן גרויסן פֿאַרטעך פֿון לומדות און חכמה פֿון די רבנים.

אין אַמעריקע זײַנען מיר געווען געבענטשט מיט אַ שלל ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, וואָס האָבן געשריבן אויף אונדזער ייִדישער שפּראַך, וואָס איז פֿאַריתומט געוואָרן דאָ, צווישן די „יודאַיִסטישע‟ ייִדן. זיי האָבן אַפֿילו נישט געירשנט דאָס ייִדישע האַרץ פֿון די רביים און רבנים, שוין אָפּגערעדט פֿון ייִדישע פּאָעטן, וועלכע האָבן געמאָלט ייִדישע בילדער פֿון אַ ייִדישער וועלט אויף ייִדיש.

איך וועל אַרויסכאַפּן איינעם פֿון אונדזערע „שעקספּירס‟, יעקבֿ גלאַטשטיין, וועלכער איז געווען אַדורכגעזאַפּט מיט ייִדיש און פּאָעטישער חכמה. דאָ וועט איר מיטאַמאָל דערשפּירן, ווער עס זײַנען געווען די יורשים פֿון אונדזער ייִדישער ייִדישקייט. זײַן ליד הייסט: „אַ ייִדישע קרוין‟.

ווען מײַן טאַטע איז אַלט געוואָרן פֿערציק יאָר,
האָט ער אָנגעטאָן די עלטער ווי אַ ייִדישע קרוין.
ער האָט פֿאַרנומען זײַן אָרט אין דער הייליקער עדה,
און מיט צערטלעכער טאַטעשאַפֿט געוואָרן מײַן זיידע.

… מיר האָבן ביידע געזונגען אַ ירושהדיק ליד,
… מיט זײַן טלית און תּפֿילין און קיטל,
… זײַן מעבֿיר זײַן די סדרה מיטן טראָפּ,
זײַנען געוואָרן דער פֿרומער בוים,
וואָס האָט זיך צעבליט אין מײַן קאָפּ.
… זײַן אמונה האָט באַגראָזט די ייִדנגאַס.

אין זײַן פּאָעמע „אָן ייִדן‟, וואָס ער האָט געשריבן נאָכן חורבן, געדענקט זיך מיר בלויז איין שורה, וואָס האָט מיך אויפֿגעטרייסלט אויף אייביק. ער הייבט אָן מיט די ווערטער:

אָן ייִדן וועט נישט זײַן קיין ייִדישער גאָט.

איך בין די ירשנטע פֿון גלאַטשטיינס פֿאַרלוירענער וועלט. מײַן פֿרעמדער אַרום מיט די אָפּגעפֿרעמדטע „יודאַיִסטישע‟ ייִדן, מיט זייער קאַליאַקען אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך אין גאַס, אין שיל, צווישן אייגענע, אַ שפּראַך, וואָס האָט אַ קנאַפּן שײַכות מיט אונדזערע ייִדן, וועלכע דראַפּען זיך אויף די גלײַכע ווענט אָנצוהאַלטן זיך אין אונדזער רײַכער, ייִדישער ירושה; ווילט זיך דאָס יאָר דערלעבן, אויפֿלעבן און איבערלעבן סײַ די שׂונאים, און סײַ די אָפּגעפֿרעמדקייט פֿון דער ייִדישער גאַס, וואָס רינגלט אונדז אַרום.

ווינטש איך די „פֿאָרווערטס‟־לייענער, און שטיץ זיך אויף זיי אָנצוהאַלטן זייער נאָענטקייט צום ייִדישן וואָרט, אַ גוט, געזונט, געבענטשט יאָר, שלום על כּל ישׂראל, און פֿרידן אויף דער וועלט. אמן!