תּשע”ד: אַ שווער יאָר פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור

5774 Was a Rough Year for Yiddish Literature

פֿון רעכטס: חנה מלאָטעק, אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, יאָני פֿײַן און משה שקליאַר
פֿון רעכטס: חנה מלאָטעק, אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, יאָני פֿײַן און משה שקליאַר

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published October 05, 2014, issue of October 24, 2014.

דאָס נײַע ייִדישע יאָר, תּשע”ה, האָט זיך שוין אָנגעהויבן, אָבער לאָמיר נישט פֿאַרגעסן צו מאַכן אַ דין־וחשבון פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר לויטן ייִדישן לוח, תּשע”ד, בפֿרט וואָס שייך דער ייִדישער ליטעראַטור. די ייִדישע קולטור־קרײַזן איבער דער וועלט האָבן באַקומען דאָס יאָר אַ שטאַרקן קלאַפּ מיט דער אַבֿדה פֿון ייִדישע שרײַבער און פֿאָרשער פֿונעם עלטערן דור, און איך דערמאָן זיך איצט אין פֿינעף שאַפֿערס.

נאָוועמבער 2013, זעט אויס, איז געווען דער שווערסטער חודש פֿאַר ייִדיש. צו 91 יאָר איז אין ניו־יאָרק געשטאָרבן די מוזיק־פֿאָרשערין, זאַמלערין און קאָלומניסטין, חנה מלאָטעק. ווי די אַמאָליקע סעקרעטאַרשע פֿון ד”ר מאַקס ווײַנרײַך איז זי געווען אַ וויכטקע בריק צווישן די פֿאָלקלאָר־ און מוזיק־פֿאָרשער פֿונעם פֿאַרמלחמהדיקן ווילנער ייִוואָ און דער פֿאָרשונג אינעם אויפֿגעלעבטן אַמעריקאַנער ייִוואָ.

עס איז כּדאַי דאָ אַרויסצוהייבן איר לאַנג־יאָריקע „פֿאָרווערטס‟־רובריק — „פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע‟, וואָס זי האָט 30 יאָר מיטרעדאַקטירט מיט איר מאַן יאָסל מלאָטעק, און 10 יאָר אַליין; און דעם טייל „לייענער דערמאָנען זיך לידער‟. איך ווייס נישט, וווּ עס האַלט אינעם איצטיקן מאָמענט בײַם אויססדרן דעם מלאָטעק־אַרכיוו, אָבער ווען מע וועט זיך נעמען צו די הונדערטער קאַסעטן און טויזנטער בריוו, וואָס די „פֿאָרווערטס‟־לייענער האָבן אַרײַנגעשיקט צו די מלאָטעקס, וועט די זאַמלונג, בלי־ספֿק, מיט זיך פֿאָרשטעלן דעם סאַמע גרעסטן ייִדישן פֿאָלקסליד־אַרכיוו אין אַמעריקע.

דעם 25סטן נאָוועמבער איז געשטאָרבן אין פּתח־תּיווקה, צו 86 יאָר, דער פּאָעט אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, אַ געבוירענער אין דער בוקאָווינע. אָנצורופֿן שפּיגלבלאַט בלויז אַ פּאָעט, וואָלט נישט געווען יושרדיק. ספּעציעל אינעם לעצטן יאָרצענדליק פֿון זײַן לעבן האָט ער געשריבן זכרונות, קריטיק און ראָמאַנען. כּמעט דער לעצטער אין זײַן דור, וואָס האָט געשריבן אויף אַ הויכער קריטישער מדגרה אויף ייִדיש, האָט די ייִדישע לייענערשאַפֿט געוואַרט אומגעדולדיק אויף זײַנע נײַע ווערק. מיר דאַכט, אַז זײַנע זכרונות וועגן רומענישן ייִדישן קולטור־לעבן נאָכן חורבן זענען, ווי ווײַט איך ווייס, די איינציקע אין דרוק. זײַנע לידער קען מען פֿאַרגלײַכן צו הײַקו־לידער: קורץ אָבער טיף.

אין יעדן בוים

אין יעדן בוים
דרימלט דאָס פֿײַער
וואָס וועט אים פֿאַרלענדן.

דער צוויט
איז די תּפֿילה
פֿון בוים
פֿאַר זײַן אייגענעם
אַש.

צערן ניט,
גאָט,
פֿאַר מײַן אומגעלומפּערטן
דרש.
(פֿונעם בוך „פּאַפּירענע זעגלען‟, 1973)



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.