וואָסער מין ווײַן האָט דוד המלך געטרונקען?

What Kind of Wine did King David Drink?

ווײַנטרויבן פֿאַרפֿלאַנצט פֿון אלישיבֿ דרורי און זײַנע סטודענטן אין אַ ווײַנשטאָק אין אַריאל־אוניווערסיטעט, דעם 30סטן סעפפּטעמבער 2014
Ben Sales
ווײַנטרויבן פֿאַרפֿלאַנצט פֿון אלישיבֿ דרורי און זײַנע סטודענטן אין אַ ווײַנשטאָק אין אַריאל־אוניווערסיטעט, דעם 30סטן סעפפּטעמבער 2014

פֿון בען סיילס (ייִט״אַ)

Published October 05, 2014, issue of October 24, 2014.

אַריאל, מערבֿ־ברעג. — אין אלישיבֿ דרוריס האַנט ליגט אַ פּודעלע מיט שוואַרצע קײַלעכלעך. ער פֿאַרמאַכט עס אָבער זייער גיך און דערקלערט, אַז מע טאָר עס לאַנג נישט האַלטן אָפֿן. די קײַלעכלעך, וואָס אַרכעאָלאָגן האָבן אויסגעגראָבן לעבן דער אַלטער שטאָט אין ירושלים, זענען אין דער אמתן, שפּורן פֿון אַ קילאָ ווײַנטרויבן, וואָס איז געשטאַנען אין אַ סקלאַד כּמעט 3,000 יאָר לאַנג. זיי זענען פּרעזערווירט געוואָרן אונטער שיכטן ערד און שטאַמען פֿון דוד און שלמה המלס צײַטן.

לעבן זײַן לאַבאָראַטאָריע אין אַריאל־אוניווערסיטעט, האָט דרורי, וועלכער דינט ווי אַ ריכטער אין אינטערנאַציאָנאַלע ווײַן־קאָנקורסן, פּראָדוצירט פֿעסער ווײַן געמאַכט פֿון טרויבן, וואָס וואַקסן שוין 2,000 יאָר אין ארץ־ישׂראל.

„ס׳איז נישט אַזוי אינטערעסאַנט צו מאַכן שאַרדאָניי אין ישׂראל, ווײַל דאָס קען מען אויך קריגן פֿון קאַליפֿאָרניע,‟ האָט דרורי געזאָגט. „אָבער אויב מע קען מאַכן ווײַן אין ישׂראל, וואָס איז נישט צום באַקומען ערגעץ אַנדערש־וווּ, און וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער אָרטיקער געשיכטע — דאָס איז שוין אַ חידוש.‟

הײַנט געפֿינען זיך הונדערטער ווײַנקעלערס אין ישׂראל אָבער צום גרויסן טייל, ניצן זיי די זעלבע מינים ווײַנטרויבן, וואָס מע קולטיווירט אין אייראָפּע. דרורי וויל צוריקברענגען די ישׂראלדיקע ווײַן־פּראָדוקציע צו אירע אייגענע וואָרצלען.

איין פּראָבלעם איז אָבער, וואָס די אַמאָליקע מוסולמענישע הערשער האָבן הונדערטער יאָר פֿאַרווערט דאָס טרינקען אַלקאָהאָל, און דערפֿאַר זענען אַ גרויסער טייל פֿון די הי־געוואַקסענע מינים אויסגעשטאָרבן.

Cremisan Cellars, אַ ווײַנקעלער לעבן בית־לחם, וואָס ווערט אָנגעפֿירט דורך איטאַליענישע מאָנאַכן, פּראָדוצירט אַ טרוקענעם ווײַסן ווײַן, וואָס הייסט „כאַמדאַני דזשאַנדאַלי‟, געמאַכט פֿון צוויי אור־אַלטע ישׂראלדיקע מינים. דרורי האָט געפֿונען דאָקומענטן פֿון די צײַטן פֿונעם צווייטן בית־המיקדש מיט 2,000 יאָר צוריק, וואָס דערמאָנען די דזשאַנדאַלי און כאַמדאַני ווײַנטרויבן. ער האָט בדעה צו פּראָדוצירן כּשרע ווײַנען געמאַכט פֿון די־אָ טרויבן לטובֿת אַ פֿעסטיוואַל דעם קומעדיקן זומער.

דורך פֿאָנדן פֿונעם „קרן־קימת‟, דער מוניציפּאַליטעט און דער נאַציאָנאַלער רעגירונג, האָט דרורי מיט דרײַ יאָר צוריק געשיקט אַ מאַנשאַפֿט פֿון טאַלאַנטירטע סטודענטן־פֿאָרשער איבער די וועלדער און פֿעלדער פֿון לאַנד, צו געפֿינען ווילדע ווײַנטרויבן. זיי האָבן אַנטדעקט 100 מינים טרויבן, וואָס וואַקסן בלויז אין ישׂראל. 10 פֿון זיי זענען גענוג גוט צו פּראָדוצירן ווײַן דערפֿון.

„יעדעס לאַנד האָט זײַנע אייגענע מינים ווײַנטרויבן, און מיר האָבן טאַקע אַן אַלטע טראַדיציע פֿון ווײַן־פּראָדוקציע,‟ האָט באַמערקט יעקבֿ העניג, איינער פֿון די סטודענטן־פֿאָרשער. „דאָס איז פֿאַרבונדן מיט אונדזער אידענטיטעט.‟

דרורי האָט זיך שוין געוואָנדן צו מאַלי סאַלמאָן־דיוואָל — אַ ביאָלאָג, וועלכער ספּעציאַליזירט זיך אין אַנאַליזירן דעם ירושה־קאָד פֿון הי־געוואַקסענע ישׂראלדיקע ווײַנטרויבן. לויט די גענען פֿון די פֿרוכטן, קען סאַלמאָן־דיוואָל זיך דערוויסן אַ סך וועגן דעם ווײַן, וואָס זיי האָבן אַמאָל פּראָדוצירט. „מיר וועלן פֿאָרשן ווי אַזוי האָט דער ווײַן אויסגעזען, און וועלכן ווײַן האָט דוד המלך געטרונקען — אַ ווײַסן אָדער אַ רויטן? אַ שטאַרקן אָדער אַ שוואַכן?‟ האָט זי דערקלערט.

דרוריס פֿאָרש־אַרבעט האָט שוין באַוויזן, אַז די הי־געוואַקסענע ישׂראלדיקע ווײַנטרויבן זענען זייער אַנדערש ווי די פֿון איטאַליע און פֿראַנקרײַך, און זענען אַ סך ענלעכער צו די גריכישע טרויבן — מסתּמא צוליב דעם מאַרשרוט פֿון די אור־אַלטע הענדלער אינעם מיטעלן מיזרח.

דרורי פּראָדוצירט ווײַן בלויז פֿאַר זײַן פֿאָרש־אַרבעט, אָבער ער האָפֿט, אַז אַנדערע וועלן זיך אויך פֿאַראינטערעסירן אין דעם. „אונדזער ציל איז איבערצוצײַגן די ווײַנקעלער אַליין צו וועלן אויפֿלעבן די אור־אַלטע ווײַנען,‟ האָט ער געזאָגט.