ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

Courtesy of www.maccabi.com.au

פֿון שרה זילבערמאַן

Published October 06, 2014, issue of October 24, 2014.

„מכּבי אויסטראַליע‟ פֿאַרעפֿנטלעכט נײַע צוזאָגן

די ייִדישע ספּאָרט־אָרגאָניזאַציע „מכּבי אויסטראַליע‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַ ביכל, וועמענס ציל איז צו פֿאַרזיכערן, אַז דיסקרימינאַציע פֿון יעדן מין וועט נישט האָבן קיין אָרט אין דער אָרגאַניזאַציע אין דער צוקונפֿט. דער טעקסט איז צוגעגרייט געוואָרן פֿון „מכּבי אויסטראַליע‟, צוזאַמען מיט אַדוואָקאַטן, ספּעציאַליסטן אויף פֿאַרטיידיקן קינדער פֿון כּלערליי פֿאַרברעכנס און ספּעציאַליסטן אויף זיכערהייט אינעם אַרבעטס-פּלאַץ.

די פֿופֿציק ספּאָרט־קלובן פֿון „מכּבי‟ אין אויסטראַליע לערנען שוין מיט זייערע אָנגעשטעלטע און פֿרײַוויליקע אַרבעטער די נײַע אײַנריכטונגען, וועלכע דאַרפֿן פֿאַרזיכערן דעם וווילזײַן פֿון יעדן איינעם, וואָס נעמט אָנטייל אין די אַקטיוויטעטן און אין די מאַנשאַפֿטן פֿון „מכּבי אויסטראַליע‟. די אָרגאַניזאַציע אָנערקענט, אַז די נײַע אײַנריכטונגען ווערן אײַנגעפֿירט ווי אַ רעזולטאַט פֿון סעקסועלע פֿאַרברעכנס, וועלכע זײַנען באַגאַנגען געוואָרן קעגן די יונגע מיטגלידער פֿון אַ טייל „מכּבי‟־מאַנשאַפֿטן; און זאָגט, אַז איר וווּנטש איז צו פֿאַרזיכערן, אַז אַזעלכע פֿאַרברעכנס און אויך אַנדערע מינים פֿאַרברעכנס זאָלן מער נישט קענען פֿאָרקומען אין אירע קרײַזן, ווײַל אַלע נײַן טויזנט מיטגלידער פֿון „מכּבי אויסטראַליע‟ וועלן אָננעמען די נײַע אײַנריכטונגען און וועלן פֿאַרזיכערן דעם וווילזײַן פֿון אַלע אירע מיטגלידער.

אַ ספּעציעלער קאָמיטעט וועט האַלטן אַן אויג אויף דעם ווי אַזוי די קלובן און מאַנשאַפֿטן וועלן רעאַגירן אויף די נײַע אײַנריכטונגען, און וועט באַשטימען, צי מע דאַרף זיי ענדערן אין דער צוקונפֿט, כּדי בעסער צו דינען די „מכּבי‟־מיטגלידער אין אויסטראַליע.

אָנדענק־אָוונטן פֿאַר די קרבנות פֿון באַבי־יאַר

הונדערטער רוסיש-רעדנדיקע אויסטראַלישע ייִדן זײַנען זיך צונויפֿגעקומען אין מעלבורן און אין סידנעי, כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד די קרבנות פֿון באַבי־יאַר לעבן קיִעוו. כּמעט פֿיר און דרײַסיק טויזנט ייִדן זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן דאָרטן דעם 29סטן און 30סטן סעפּטעמבער, 1941, נאָך דעם ווי די נאַציס האָבן פֿאַרנומען די שטאָט דאָס ערשטע מאָל.

די מעלבורנער צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען אינעם לאָקאַל פֿונעם ייִדישן חורבן־צענטער און מוזעום. עס האָבן אָנטייל גענומען מיטגלידער פֿון דרײַ דורות. דער פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן קהילה-ראַט פֿון וויקטאָריע, נינע באַסאַט, האָט גערעדט אויפֿן אָוונט וועגן דער וויכטיקייט פֿון נישט פֿאַרגעסן די, וועלכע די נאַציס האָבן אומגעבראַכט.

בײַ דער סידנעיער צערעמאָניע האָט מען אַנטהילט אַ דענקמאָל נאָך די אומגעקומענע אויפֿן לאָקאַלן בית־עולם. דער פֿעדעראַלער מיניסטער פֿאַר קאָמוניקאַציע, מעלקאָלם טורנבול, האָט גערעדט וועגן דעם, אַז דער חורבן איז נישט נאָר אַ היסטאָריש געשעעניש, נאָר אַז מע מוז כּסדר אײַנחזרן, אַז דער חורבן לערנט אונדז וועגן דער שעדלעכקייט פֿון ראַסיזם — אין אויסטראַליע און אויך אַנדערש וווּ.

ייִדישער תּלמיד וועט פֿאָרן קיין טערקײַ אָפּצוגעבן כּבֿוד אומגעקומענע אויסטראַלישע סאָלדאַטן

רפֿאל אונגאַר, אַ תּלמיד פֿונעם צענטן קלאַס בײַ דער מעלבורנער „דוד המלך טאָגשול‟ (רעפֿאָרם) איז דער איינציקער ייִד צווישן אַכציק תּלמידים פֿון דער שטאַט וויקטאָריע, וועלכע וועלן פֿאָרן קיין טערקײַ איבעראַיאָר אין אַפּריל חודש, כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד די אויסטראַלישע סאָלדאַטן, וועלכע זײַנען אומגעקומען פֿון די שלאַכטן אין גאַליפּאָלי, טערקײַ, מיט הונדערט יאָר צוריק.

יעדער תּלמיד, וואָס האָט קאַנדידירט אויף אַן אָרט אין דער גרופּע, האָט געמוזט אָנשרײַבן אַן אַפּליקאַציע, וווּ ער אָדער זי האָט געדאַרפֿט דערקלערן דעם ענין גאַליפּאָלי, און ווי אַזוי ער אָדער זי וואָלט אויסגענוצט אַזאַ איבערלעבונג, צו דערציִען די אַלגעמיינע באַפֿעלקערונג.

דער פֿופֿצן־יעריקער רפֿאל אונגאַר האָט שוין געוווּנען די עסיי־קאָמפּעטיציע פֿאַר תּלמידים אינעם צענטן קלאַס בײַ דער אויסטראַלישער ייִדישער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט הײַיאָר. ער האָט איבערגעגעבן די זשורנאַליסטן, אַז ער וועט בעסער קענען פֿאַרשטיין נישט נאָר די אויסטראַלישע סאָלדאַטן, נאָר אויך די טערקישע סאָלדאַטן נאָך דעם ווי ער וועט זען גאַליפּאָלי מיט די אייגענע אויגן.

אַ נײַער פּאָרטרעט פֿונעם ערשטן ייִדישן גאָווערנאָר-גענעראַל

סער אײַזיק אײַזיקס איז גלײַכצײַטיק געווען דער ערשטער ייִדישער גאָווערנאָר-גענעראַל פֿון אויסטראַליע און דער ערשטער גאָווערנאָר-גענעראַל פֿון אויסטראַליע, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין אויסטראַליע, און נישט אין ענגלאַנד. ער האָט פֿאַרנומען דעם פּאָסטן מיט אַכציק יאָר צוריק, צווישן 1931 און 1936, נאָך דעם ווי ער האָט געדינט אין וויקטאָריעס שטאַטישן פּאַרלאַמענט און דערנאָך אין אויסטראַליעס פֿעדעראַלן פּאַרלאַמענט. דער ייִדישער מוזעום פֿון אויסטראַליע און דער שטאַטישער פּאַרלאַמענט פֿון וויקטאָריע האָבן בשותּפֿות באַשטעלט אַ נײַעם פּאָרטרעט פֿון אײַזיקסן, וואָס וועט הענגען אינעם נײַעם „סער אײַזיק אײַזיקס לייענזאַל” אינעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט פֿון וויקטאָריע. דער צווייטער ייִדישער גאָווערנאָר-גענעראַל פֿון אויסטראַליע, סער זעלמאַן קאַוען, האָט אָנגעשריבן אַ ביאָגראַפֿיע פֿון זײַן פֿאָרגייער.

די שלום־מאַנשאַפֿט פֿון דער אויסטראַלישער פֿוסבאָל־ליגע

די אויסטראַלישע פֿוסבאָל פֿעדעראַציע האָט געשאַפֿן אַ שלום־מאַנשאַפֿט, וואָס באַשטייט פֿון יונגע ישׂראלדיקע און פּאַלעסטינער שפּילערס פֿון אויסטראַלישן פֿוסבאָל. זי האָט נישט באַוויזן אָנטייל צו נעמען אינעם הײַיאָריקן אינטערנאַציאָנאַלן פֿוסבאָל־פֿאַרמעסט אין מעלבורן, צוליב דער לאַגע אין עזה, אָבער אירע מיטגלידער וועלן יאָ זינגען זייער ליד וועגן שלום, וואָס הייסט, „סאַלאַם‟, בײַם נאַציאָנאַלן פראָיעקט „זינגט פֿאַרן פֿרילינג‟, וואָס זאַמלט געלט, כּדי אויסטראַליער פֿון פֿאַרשיידענע הינטערגרונטן זאָלן זינגען צוזאַמען.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.