װילנע, ירושלים ד׳רוסלאַנד

Vilna, the Jerusalem of Russia

דר׳ יעקבֿ װיגאָדסקי
דר׳ יעקבֿ װיגאָדסקי

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published October 09, 2014, issue of November 07, 2014.

די שטאָט װילנע האָט אַן אַלטן שם, װי „ירושלים ד׳ליטא‟, די שטאָט פֿון דעם גאָון ר׳ אליהו, װי אױך דער צענטער פֿון ייִדישער קולטור, װיסנשאַפֿט און פּאָליטיק. אָבער פֿאַר צװײ אָדער דרײַ דורות װילנער ייִדן פֿונעם געבילדעטן מיטלשטאַנד, איז דװקא רוסיש, ניט ייִדיש אָדער העברעיִש, געװען זייער קולטור־שפּראַך. אין די 1860ער יאָרן איז װילנע בײַ גלײַך מיט אָדעס געװאָרן אַ הױפּט־צענטער פֿון דער ייִדיש־רוסישער קולטור אינעם תּחום־המושבֿ. דאָ האָט געלעבט און געאַרבעט אײנער פֿון די ערשטע רוסיש־ייִדישע ליטעראַטן, לעװ לעװאַנדאַ.

לעװאַנדאַס ראָמאַן „די הײסע צײַט‟ (1871-1873) שילדערט די אײראָפּעיִש־געבילדעטע ייִדישע אינטעליגענץ, װאָס זוכט נאָך אַן אײגענע מאָדערנע אידענטיטעט. זײ לעבן אין אַ „הײסער צײַט‟, װען די פּױלישע געזעלשאַפֿט גרײט צו אַן אױפֿשטאַנד קעגן דער רוסישער מלוכה. יונגע ייִדן פֿילן זיך פֿרײַ אין דער װעלט פֿון דער פּױלישער קולטור, אָבער װײַט ניט אַלע זײַנען גרײט זיך מקריבֿ צו זײַן פֿאַר דער פּױלישער „אױטשיזנע‟ (הײמלאַנד). לעװאַנדאַ איז געװען אַ הײסער רוסישער פּאַטריאָט, און דער ציל פֿון זײַן ראָמאַן איז צו װײַזן דער ייִדישער יוגנט, אַז זײער צוקונפֿט איז פֿאַרבונדן מיט רוסלאַנד, ניט מיט פּױלן.

די רוסישע רעגירונג האָט זיך גענײטיקט אין ייִדישער שטיצע בעת איר קאַמף קעגן פּױלישע אױפֿשטענדלער. אין װילנע, װאָס האָט געהאַט אַ קנאַפּע רוסישע באַפֿעלקערונג, זײַנען דװקא די ייִדן געװאָרן די טרעגער פֿון דער רוסישער קולטור. זין און טעכטער פֿונעם ייִדישן מיטלשטאַנד האָבן זיך געלערנט אין מלוכישע און פּריװאַטע רוסישע שולן, װאָס האָבן זיך געעפֿנט נאָך דער מפּלה פֿונעם פּױלישן אױפֿשטאַנד. צװישן זײ איז געווען אויך די מוטער פֿונעם באַרימטן רוסישן דיכטער אָסיפּ מאַנדעלשטאַם. אין װילנע האָט זי ליב באַקומען די רוסישע שפּראַך און ליטעראַטור, בפֿרט דעם גרױסן רוסישן דיכטער אַלעקסאַנדער פּושקין.

אָבער ליבע צו דער רוסישער קולטור האָט ניט גורם געװען אַסימילאַציע אין דער רוסישער געזעלשאַפֿט. להיפּוך צו די גרעסערע שטעט, אַזעלכע װי פּעטערבורג אָדער אָדעס, האָט װילנע פּשוט ניט פֿאַרמאָגט קײן גרױסע רוסישע סבֿיבֿה. די געבילדעטע רוסן האָבן דאָ געדינט אין דער אַרמײ און אַדמיניסטראַציע; לרובֿ האָבן זײ געשטאַמט פֿון אַנדערע ערטער פֿון דער ריזיקער רוסישער אימפּעריע און ניט געהאַט קײן נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט דער שטאָט. ייִדן זײַנען פֿאַר זײ געװען פֿרעמד און אומסימפּאַטיש. אַ היפּשע צאָל תּושבֿים אין און אַרום װילנע האָבן גערעדט װײַסרוסיש, אָבער דאָס זײַנען געװען פּראָסטע מענטשן װײַט פֿון דער הױכער רוסישער קולטור. אויף אַזאַ אויפֿן האָט מען געקאָנט רעדן רוסיש אין דער הײם און בלײַבן אַ ייִד.

צו דעם דאָזיקן שיכט פֿון דער רוסיש–רעדנדיקער אינטעליגענץ האָט געהערט דר׳ יעקבֿ װיגאָדסקי (1856-1941). געבױרן אין אַ פֿרומער חסידישער משפּחה אין באָברױסק, האָט ער פֿאַרענדיקט אַ רוסישע גימנאַזיע און דערנאָך די מיליטערישע מעדיצינישע אַקאַדעמיע אין פּעטערבורג. דאָס האָט אים געגעבן דאָס רעכט צו װױנען מחוץ דעם תּחום–המושבֿ, אָבער ער האָט אױסגעקליבן װילנע פֿאַר זײַן װױנאָרט. ד״ר װיגאָדסקי איז געװאָרן אַ חשובֿער כּלל־טוער און האָט געקעמפֿט פֿאַר ייִדישע אינטערעסן אונטער פֿאַרשידענע פּאָליטישע רעזשימען, װאָס האָבן געהערשט אין װילנע.