דער רוסישער הערשער און זײַנע ייִדן

The Russian Czar and His Jews

פֿון רעכטס: אַרקאַדי ראָטענבערג, וולאַדימיר פּוטין און באָריס ראָטענבערג
פֿון רעכטס: אַרקאַדי ראָטענבערג, וולאַדימיר פּוטין און באָריס ראָטענבערג

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 14, 2014, issue of November 07, 2014.

איך בין זיכער, אַז גאָט האָט אַ געפֿיל פֿון הומאָר. אַזוי לכל-הפּחות מיינען מיר, ייִדן, בפֿרט ווען מיר זאָגן, „אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט‟. דאָס מאָל האָט ער זיך אויסגעלאַכט פֿון מיר.

די זאַך איז, אַז איך האָב געטראַכט וועגן אַן אַנדער טעמע און זיך גאָר ניט געקליבן צו שרײַבן איצט וועגן רוסלאַנד. כ‘האָב באַשלאָסן: גענוג! וויפֿל קען איך אַלעמען דרייען דעם קאָפּ מיט די געשעענישן, וואָס קומען דאָרטן פֿאָר? אָבער צוליב צוויי ענינים געפֿין איך פֿאַר נייטיק זיך ווידער אומצוקערן (ווירטועל, פֿאַרשטייט זיך) אין דעם לאַנד, פֿון וועלכע איך האָב אָנגעהויבן זיך אַרויסרײַסן מיט פֿינף-און-דרײַסיק יאָר צוריק: דעם 30סטן אָקטאָבער 1979 האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, אָפּגעטראָגן אונדזערע פּאַפּירן אין דער געהעריקער אינסטאַנץ, וואָס האָט זיך באַשעפֿטיקט מיטן דערלויבן צי ניט דערלויבן צו עמיגרירן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אונדז האָט מען דווקא ניט דערלויבט, אָבער גאָט, דער חוזק-מאַכער, האָט לסוף, זיך אויסגעלאַכט פֿון דער מלוכה אין אַריבער אַ יאָרצענדליק.

אין משך פֿון די פֿינף-און-דרײַסיק יאָר האָט זיך אַ סך געביטן אין רוסלאַנד. אָבער דער „דורכשניטלעכער‟ רוסישער מענטש איז, אין תּוך אַרײַן, געבליבן דער זעלבער — אַזאַ, פֿון וועלכן עס ווילט זיך האַלטן וואָס ווײַטער. איך וועל דאָ ניט אָנהייבן ברײַען וועגן די טיף היסטאָרישע סיבות, וואָס האָבן באַשטימט די דאָזיקע אַנדערשקייט; דאָס איז אַן אַנדער מעשׂה. דער עיקר, אַז דער דורכשניטלעכער רוסישער מענטש חלשט ממש צו האָבן אַ מלך איבער זיך. און ניט אַזאַ דעקאָראַטיוון, זייף-אָפּערישן, ווי אין מערבֿ-אייראָפּע. ניין, ער וויל האָבן אַ ריכטיקן אַליינהערשער, מע זאָלן קענען פֿאַרליבט זײַן אין אים, בוקן זיך פֿאַר אים, מאַכן פֿון אים אַ גאָט.

דעם 7טן אָקטאָבער איז וולאַדימיר פּוטין געוואָרן 62 יאָר אַלט. איר קענט זיך ניט פֿאָרשטעלן, וואָס עס האָט זיך אין רוסלאַנד אָפּגעטאָן. איך ווייס ניט, ווי אַזוי מע מערקט אָפּ אַזאַ טאָג אין צפֿון-קאָרעע, אָבער רוסלאַנד איז, פֿון דעסטוועגן, ניט צפֿון-קאָרעע. אַזוי אַז דער טאַראַראַם האָט אויף מיר און, ווי איך פֿאַרשטיי, אויף אַלע ניט-„דורכשניטלעכע‟ רוסן, געמאַכט אַ געוואַלדיקן אײַנדרוק. ס׳איז עפּעס געווען אַזוינס, וואָס איך געדענק ניט פֿון מײַן סאָוועטישער דערפֿאַרונג. איך האָב דאָך געלעבט דאָרטן שוין אין די יאָרן נאָך סטאַלינען, און סטאַלינס קולט, ווי איך האָב געשריבן פֿאַראַכטאָגן //yiddish.forward.com/articles/182061/nikita-khrushchev-s-political-demise, איז געווען דער עיקר אין ניקיטאַ כרושטשיאָווס קריטיק.

אַ סבֿרא, אַז איצט קומט עס צוריק. און עס זעט אויס, אַז דאָס פֿאָלק קלײַבט פֿון דעם נחת. דעם „דורכשניטלעכן‟ רוס ווערט נאָר פֿונעם וואָרט אַליין — „דעמאָקראַטיע‟, ניט־גוט. ער פֿילט אין דעם וואָרט עפּעס פֿרעמדס, עפּעס וואָס שמעקט, חלילה, מיט אַמעריקע. ער, דער פּראָדוקט פֿון דורות-לאַנגער סאָציאַלער אינזשענעריע, האָט ליב אַ בײַטש, נעבעך.

דאָס איז איין מאָל אַוועק. דער צווייטער ענין, וועלכער האָט מיך אומגעקערט אין איצטיקן רוסלאַנד, האָט צו טאָן מיט פּוטינס אַלטע פֿרײַנד. די רייד גייט וועגן די ברידער ראָטענבערג, אַרקאַדי און באָריס. ער חבֿרט זיך מיט זיי נאָך פֿון יענע יאָרן, ווען זיי אַלע האָבן זיך פֿאַרנומען מיט „דזשודאָ‟, און דער לערער זייערער איז אויך געווען אַ ייִד. בכלל, קיין שׂונא-ישׂראל איז פּוטין, דאַכט זיך, ניט, כאָטש די דאָזיקע מעלה מאַכט אים ניט לײַטישער.

אַזוי צי אַזוי, דרייען זיך די ברידער אַרום פּוטינען, און פֿון דעם דאָזיקן דרייעניש זײַנען זיי געוואָרן ביליאָנערן. ניט די רײַכסטע אין רוסלאַנד, אָבער אויך ניט די לעצטע, ערגעץ אויפֿן 30סטן אָרט, מיט צוויי צי דרײַ ביליאָן דאָלאַר בײַ יעדן איינעם. זייערע קינדער שטייען שוין אויך בײַ דער מלוכישער קאַסע, האָבן באַקומען זאַטע שטעלעס און געשעפֿטן. אָבער דאָ האָט פּוטין אויף זייער צרה פֿאַרקאָכט די מעשׂה מיט אוקראַיִנע, און, ווי מיר ווייסן, האָט די מערבֿדיקע וועלט אײַנגעפֿירט כּלערליי עקאָנאָמישע סאַנקציעס, כּדי צו באַשטראָפֿן רוסלאַנד. צווישן די באַשטראָפֿטע לײַט פֿון פּוטינס כּנופֿיא זײַנען געווען, און בלײַבן, אויך ביידע ראָטענבערגס.

איצט האָט זיך באַוויזן אין רוסלאַנד אַזאַ באַגריף: „דער געזעץ פֿון ראָטענבערג‟. די „דומע‟, דאָס הייסט, דער רוסלענדישער פּאַרלאַמענט, האָט אים שוין טיילווײַז גוטגעהייסן. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט דער אָפֿיציעלער נאָמען פֿונעם געזעץ, אָבער אַלע רופֿן אים דווקא אַזוי, מיטן ייִדישן נאָמען. די רייד גייט אין אים וועגן דעם, אַז טאָמער וועט עפּעס אַ לאַנד צונעמען בײַ אַזאַ מענטשן ווי ראָטענבערג אַ הויז, אַ געשעפֿט צי נאָך עפּעס אַזוינס (מע האָט בײַ אים טאַקע אין איטאַליע אַרעסטירט דירות און הײַזער אויף 30 מיליאָן דאָלאַר), וועט די רוסישע מלוכה אים קאָמפּענסירן דעם היזק. אַזוי וויל, אַ פּנים, דער קייסער.

דאָס פֿאָלק האָט, זעט אויס, ניט אומזיסט צוגעטיילט דעם געזעץ אַ ייִדישן נאָמען; ווי אַ פּועל־יצא, זײַנען שוין ניט איין מאָל אַרויס פֿון דער רוסישער מאַכט געזעצן, וואָס געמיינט האָבן זיי דעם כּלל, אָבער אויסגעלאָזט האָט זיך עס קעגן ייִדן.