האָט מען פֿײַנט געהאַט סאַרקאָזי צוליב זײַן ייִדישן אָפּשטאַם?

Was Sarkozy Loathed for his Jewish Origins?

ניקאָלאַ סאַרקאָזי
Getty Images
ניקאָלאַ סאַרקאָזי

פֿון ייִט״אַ

Published October 16, 2014, issue of November 07, 2014.

בערנאַר קושנער, דער געוועזענער אויסערן־מיניסטער פֿון פֿראַנקרײַך, האָט דינסטיק דערקלערט, אַז אַ סך מענטשן האָבן נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן דעם געוועזענעם פּרעזידענט ניקאָלאַ סאַרקאָזי צוליב זײַן ייִדישן אָפּשטאַם. קושנער האָט אויסגעדריקט זײַן השערה בעת אַן אינטערוויו מיט RMC־ראַדיאָ, נאָך דעם ווי דער אינטערוויוירער האָט אים געפֿרעגט וועגן זײַנע אָבזערוואַציעס וועגן סאַרקאָזי, וואָס געפֿינען זיך אין קושנערס ערשט־פּובליקירטן בוך, „איבערגעשניטענע זכרונות‟.

אינעם בוך, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן מיט אַ חודש צוריק, שרײַבט קושנער: „ניקאָלאַ סארקאָזי איז נישט געווען קיין באַליבטע פֿיגור. מע האָט אים פֿײַנט געהאַט צוליב פֿאַרשידענע סיבות; צווישן זיי — אַז ער איז דער זון פֿון אַן אונגער און דער אייניקל פֿון אַ ייִד.‟

לויט אַ בוך וועגן דער גענעאָלאָגיע פֿון ניקאָלאַ סאַרקאָזי — אַ געוועזענער אינערן־מיניסטער פֿון דער צענטריסטישער פּאַרטיי UMP, וועלכער האָט געדינט ווי דער פּרעזידענט פֿון לאַנד צווישן 2007 און 2012 — איז זײַן זיידע פֿונעם טאַטנס צד געווען אַ ספֿרדישער ייִד פֿון גריכישן אָפּשטאַם, מיטן נאָמען אַהרן מאַלאַך.

בעת דעם אינטערוויו מיט RMC, האָט קושנער דערקלערט: „לויט מײַן מיינונג איז פֿראַנקרײַך זיכער אַ ראַסיסטיש לאַנד. פֿון דעסטוועגן, האָט סאַרקאָזי זיך אַן עצה געגעבן, און אַ סך אויפֿגעטאָן סײַ־ווי־סײַ. אָבער אין זײַנע ערשטע יאָרן, איז דאָס אומבאַדינגט געווען אַן ענין.‟

מיט אַ חודש צוריק האָט סאַרקאָזי געמאָלדן, אַז ער האָט בדעה צו קאַנדידירן אין די קומעדיקע ווײַלן אויסצוקלײַבן אַ פֿירער פֿון דער UMP. לויט די לעצטע אַנקעטעס, האָבן 45% פֿון די ייִדישע וויילער געשטימט פֿאַר סאַרקאָזי אין די וואַלן פֿון 2007 און 2012, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די ייִדישע קהילה האָט יאָרן לאַנג געשטימט בלויז פֿאַר לינק־געשטימטע קאַנדידאַטן.