אוצרות צווישן מײַנע פּאָטשטאָווע בריוו

Treasures Among My Postal Letters

ד״ר גרשון ווײַנער (רעכטס) און יצחק קאָרן
ד״ר גרשון ווײַנער (רעכטס) און יצחק קאָרן

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published October 16, 2014, issue of November 07, 2014.

הײַנט, אַז איך האָב זיך איבעגעפּעקלט קײַן פֿלאָרידע, נעמט מיר אַ יאָר מיט אַ מיטוואָך אויסצופּאַקן זיך. פֿון די צוואַנציק קעסטלעך מיט ביכער, קליידונג און אַרבעטס־זײַטלעך איז איין קעסטל באַשטאַנען פֿון לויטער פּאָטשטאָווע בריוו, וועלכע איך האָב סאָרטירט און געפֿונען דאָרט אַ וועלט מיט אוצרות.

די בריוו זײַנען דורך דער צײַט וואָס איך שרײַב אין פֿאָרווערטס אָנגעקומען פֿון דער גאַנצער וועלט. האָב איך באַשלאָסן בלויז אָפּצוגעבן זיך מיט אַ טייל פֿון זיי.

***

א בריוועלע פֿון פּראָפֿעסאָר דוד פֿישמאַן, דודל. ער איז געווען זייער אַן אָפֿטער אײַנגייער בײַ אונדז אין שטוב, מײַן אבֿרהמלס חבֿרל לאַנגע יאָרן. און ווען מײַן מענדל איז שטאַרק קראַנק געוואָרן האָט ער מיר אָנגעשריבן אַ וואַרעם בריוועלע.

טײַערע מרים,

כ’האָב שוין לאַנג געוווּסט, אַז מענדלס צושטאַנד איז אַ שווערער. פֿון דעסטוועגן האָט די ידיעה וועגן זײַן אַוועקגיין מיך שטאַרק גערירט. בעיקר האָט עס אויפֿגעוועקט אַ כוואַליע פֿון זכרונות און אַלע וואַרעמע זכרונות.

כ’האָב זיך דערמאָנט אין אײַער שטוב אויף „סעדזשוויק עוועניו‟, וווּ איך האָב קינדווײַז זיך געשפּילט מיט אבֿרהמלען. גאָר שאַרף איז געבליבן דער אײַנדרוק פֿון אַ זומער־אַרויספֿאָר מיט די האָפֿמאַנס קיין קאַנאַדע ווו מיר האָבן פֿאַרברענגט אַ וואָך צײַט כאַפּנדיק פֿיש.

איך דאַרף צוגעבן אַ פּראָפֿעסיאָנעלן ענין. מענדל האָט צוגעלייגט אַ האַנט, אַז דער ייִוואָ זאָל מיך פֿאַרבעטן אין אינסטיטוט אין 1988. דאָס איז געווען אַ ווענד־פּונקט אין מײַן אַרבעט און אין מײַן לעבן.

זײַן זאָרג וועגן גורל פֿון ייִדיש אין ייִוואָ איז געווען אַן עכטע און ערלעכע. דאַכט זיך אַז ער איז געווען דער איינציקער ייִדישיסט אויף דער ייִוואָ־פֿאַרוואַלטונג…

איך קען נישט מעסטן די גרייס פֿון דײַן פֿאַרלוסט, אָבער איך קען יאָ דערשפּירן דײַן פֿאַרלוסט איז אַ ממשותדיקער.

דודל



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.