ס׳רובֿ דענער — קעגן ברית־מילה

Majority of Denmark Citizens Want Circumcision Banned

די גרויסע שיל אין קאָפּענהאַגן
Wiki Commons
די גרויסע שיל אין קאָפּענהאַגן

פֿון ייִט״אַ

Published October 24, 2014, issue of November 21, 2014.

אַ נײַער אויספֿרעג האָט געוויזן, אַז 74 פּראָצענט בירגער פֿון דענמאַרק גלייבן, אַז מע דאַרף פֿאַרווערן די ברית־מילה. די רעזולטאַטן פֿונעם חשבון זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דעם 21סטן אָקטאָבער. מיט אַ טאָג שפּעטער איז אינעם דענישן פּאַרלאַמענט פֿאָרגעקומען אַ זיצונג, בעת וועלכן מע האָט באַהאַנדלט דעם דאָזיקן ענין. צוויי פּאַרטייען שטיצן דעם פֿאַרווער, און די אַנדערע האָבן נישט קיין קלאָרע פּאָזיציע. בלויז 10 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע 1,000 דענער גלייבן, אַז די עלטערן האָבן דאָס רעכט צו מלן זייער קינד.

האַנס קריסטיאַן שמידט, אַ געוועזענער מיניסטער פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג, וועלכער רעפּרעזענטירט איצט די קאָנסערוואַטיוו־ליבעראַלער פּאַרטיי „ווענסטרע‟ אינעם פּאַרלאַמענט, האָט איבערגעגעבן דער צײַטונג „מעקראָקספּרעס‟, וואָס האָט דורכגעפֿירט דעם אויספֿרעג, אַז לויט דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנווענץ פֿון קינדער־רעכט טאָרן נישט די טאַטע־מאַמע, לויט זײַן מיינונג, מלן זייערע קינדער. דערווײַל האַלט ער, אַז בלויז אַ דערוואַקסענער מענטש מעג עס אַליין באַשליסן צו טאָן.

אינעם יאָר 2013, האָט די דענישע מלוכישע אינסטאַנץ פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג און מעדיצין באַטראַכט די מעלות און פּראָבלעמען פֿון ברית־מילה און נישט געפֿונען גענוג קלאָרע ראיות סײַ לטובֿת, סײַ קעגן דעם דאָזיקן ריטואַל, וואָס אין דער ייִדישער און מוסולמענישער טראַדיציע ווערט באַטראַכט ווי אַ וויכטיקע און נייטיקע מיצווה. לויט די מעדיצינישע באַאַמטע, ווערן אין דענמאַרק געמלט יעדער יאָר 1,000—2,000 ייִנגלעך, על־פּי־רובֿ אין ייִדישע און מוסולמענישע משפּחות.

אין שוועדן און נאָרוועגיע ווערן איצט אויך באַטראַכט מעגלעכע געזעץ־פּראָיעקטן קעגן ברית־מילה. מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט די נאָרוועגישע אַסאָציאַציע פֿון קראַנקן־שוועסטער געבעטן די רעגירונג צו פֿאַרווערן די פּראָצעדור.