אַ גילגול פֿונעם „דיבוק‟

Reincarnation of The Dybbuk

דער ישׂראלדיקער „גשר‟־טעאַטער שפּילט דעם „דיבוק‟ אין „מאַיאַ­קאָװסקי‟־טעאַטער, מאָסקװע
Daniel Kaminsky
דער ישׂראלדיקער „גשר‟־טעאַטער שפּילט דעם „דיבוק‟ אין „מאַיאַ­קאָװסקי‟־טעאַטער, מאָסקװע

פֿון לאה שלאַנגער

Published October 26, 2014, issue of November 21, 2014.
חנן (סאַשאַ דעמידאָוו) און לאה (אפֿרת בן צור) אין דער „דיבוק‟־אויפֿפֿירונג פֿונעם „גשר‟־טעאַטער אין „מאַיאַ­קאָװסקי‟־טעאַטער, מאָסקװע
Daniel Kaminsky
חנן (סאַשאַ דעמידאָוו) און לאה (אפֿרת בן צור) אין דער „דיבוק‟־אויפֿפֿירונג פֿונעם „גשר‟־טעאַטער אין „מאַיאַ­קאָװסקי‟־טעאַטער, מאָסקװע

הײַיאָר איז דער ישׂראלדיקער „גשר‟־טעאַטער אײַנגעלאַדן געװאָרן צו שפּילן דעם „דיבוק‟ אין „מאַיאַקאָװסקי‟־טעאַטער אין מאָסקװע.

„דער דיבוק‟, אָדער „צװישן צװײ װעלטן‟, װי ש. אַנ־סקי האָט עס אָנגערופֿן, האָט אַנ־סקי אָנגעשריבן אין די יאָרן צװישן 1913־1916. אָנגעשריבן עס אױף רוסיש. פֿאַרװאָס האָט עס געדױערט אַזױ לאַנג, װײַל ער האָט געמוזט די פּיעסע איבערמאַכן צװײ מאָל צוליב דער צענזור; און ס’האָט זיך באַקומען גאָר אַן אַנדער פּיעסע.

אינטערעסאַנט, אַז דער אײַנפֿאַל אַרײַנצופֿירן אַ משולח, האָט אים אונטערגעזאָגט דער גרויסער רוסישער רעזשיסאָר קאָנסטאַנטין סטאַניסלאַװסקי. ש. אַנ־סקי האָט די פּיעסע פֿאָרגעלײגט דעם קונסט־טעאַטער אין סאַנקט־פּעטערסבורג, דערנאָך אין מאָסקװע, אָבער צוליב פֿאַרשײדענע סיבות איז די פּיעסע אויף רוסיש נישט געשטעלט געװאָרן. אין 1916 האָט די מאָסקװער ייִדישע צײַטונג „יעװרעיסקאַיאַ זשיזן‟ (ייִדיש לעבן) אָפּגעדרוקט אַ טײל פֿונעם ערשטן אַקט. צום סוף, האָט אַנ־סקי עס איבערגעזעצט אױף ייִדיש.

די „װילנער טרופּע‟ איז געװען די ערשטע, װאָס האָט אױפֿגעפֿירט די פּיעסע אױף ייִדיש שױן אין יאָר 1920 אין װאַרשע, אונטער דוד הערמאַנס רעזשי מיט מרים אָרלעסקאָ, אַלכּסנדר שטײן, אַבֿרהם מאָרעװסקי, נחום נחבוש און אַנדערע. די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען צו אַנ־סקיס שלושים. װאָס איז װײַטער געשען װײסט איר אַלײן. איך װיל נאָר דערמאָנען, אַז אין 1921 האָט מען אױפֿגעפֿירט דעם „דיבוק‟ אין אַמעריקע, וווּ די ראָלע פֿון לאה האָט געשפּילט סאַליאַ אַדלער און מאָריס שװאַרץ — דעם מיראָפּאָלער צדיק. אין ארץ־ישׂראל איז די פּיעסע באַװוּסט געװאָרן פֿון דער צײַטונג „התּקופֿה‟, און יהודה יערי האָט עס אױפֿגעפֿירט מיט אַן אַמאַטאָרישן טעאַטער פֿון חלוצים, װאָס האָבן זיך פֿאַרנומען מיט בױען װעגן. אַבא חושי, דער אַמאָליקער כּנסת־דעפּוטאַט און בירגער־מײַסטער פֿון חיפֿה, האָט געשפּילט דעם מיראָפּאָלער צדיק.

ש. אַנ־סקי האָט אָנגעשריבן די ערשטע װערסיע לױט אַ פּראָטאָקאָל, פֿונעם יאָר 1848, װאָס מ’האָט געמאַכט אינעם שטעטל סטולאָװיטש אין אוקראַיִנע. (ס’איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דאָס איז געװען די תּקופֿה פֿון דער השׂכּלה). דעם פּראָטאָקאָל אונטערן קעפּל „גירוש דיבוק‟, האָט אַנ־סקי געפֿונען אין ייִדישן אַרכיװ אין װאַרשע, און אױפֿן סמך פֿון דעם אָנגעשריבן זײַן באַרימטע פּיעסע, װאָס איז אַרײַן אין רעפּערטואַר פֿון דער װעלט־דראַמאַטורגיע.