ריוולין וויל „אויסהיילן‟ די ראַסיסטישע קרענק

Rivlin Seeks to Cure ‘Disease’ of Racism

דער ישׂראל־פּרעזידענט ראובֿן ריוולין
Hadas Parush/Flash90
דער ישׂראל־פּרעזידענט ראובֿן ריוולין

פֿון ייִט״אַ

Published October 26, 2014, issue of November 21, 2014.

אין ישׂראל, פֿירט דער פּרעזידענט אויס, דער עיקר, בלויז אַ סימבאָלישע ראָלע בײַ די באַגעגענישן מיט די חשובֿע געסט פֿון אויסלאַנד, מלוכישע לוויות און אַנדערע אָפֿיציעלע אונטערנעמונגען. דער 75־יאָריקער נײַער ישׂראלדיקער פּרעזידענט, ראובֿן ריוולין, האָט אָבער באַטאָנט, אַז ער קלײַבט זיך אויספֿירן אַ מער אַקטיווע פּאָליטישע ראָלע — דהײַנו, „אויסהיילן‟ די ראַסיסטישע שטימונגען אינעם לאַנד.

זונטיק, דעם 19טן אָקטאָבער, האָט ריוולין געטענהט בעת אַ צוזאַמענטרעף מיט אַ גרופּע אַקאַדעמישע וויסנשאַפֿטלער, אַז די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט איז „קראַנק און נייטיקן זיך אין אַ רפֿואה‟. דער פּרעזידענט האַלט, אַז די אַנטי־אַראַבישע שטימונגען צווישן די ישׂראלים האָבן דערגרייכט אַ מאַסשטאַב פֿון אַן עכטער „מגיפֿה‟. די אַראַבער באַטרעפֿן בערך 20 פּראָצענט פֿון די ישׂראלים; לעצטנס, זענען די באַציִונגען צווישן די באַפֿעלקערונג־גרופּעס אין ישׂראל געוואָרן געפֿערלעך אָנגעשטרענגט. ריוולין האָפֿט צו געבן זיך אַן עצה און געפֿינען אַ מיטל צו לייזן די דאָזיקע פּראָבלעם.

דער חידוש באַשטייט אין דעם, וואָס ריוולין, זײַענדיק אַ מיטגליד פֿון „ליכּוד‟, איז לעצטנס באַקאַנט געוואָרן ווי דער אַקטיווסטער קענגער פֿון ראַסיזם צווישן די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער. דערצו, האַלט ער קעגן דער פּאַלעסטינער מלוכה און רופֿן צו אַנעקסירן דעם מערבֿ־ברעג. געוויינטלעך, טרעט אויף מיט דער קריטיק פֿונעם ישׂראלדיקן ראַסיזם די אַראַבישע און די לינקע פּאָליטיקער, אָבער נישט די רעכטע. פֿונדעסטוועגן, נישט געקוקט אויף זײַן פּאָזיציע לגבי דעם מערבֿ־ברעג, האָט ריוולין געוווּנען אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ מענטש, וואָס פֿאַרטיידיקט גאַנץ שטאַרק די בירגערלעכע רעכט פֿון די מינאָריטעטן, וואָס לעבן אונטער דעם ישׂראלדיקן קאָנטראָל.

ריוולין האָט באַקומען זײַן פּאָזיציע אין יולי, אינמיטן דער מלחמה צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟. ווען די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט, זענען די באַציִונגען צווישן ייִדן און אַראַבער געבליבן אָנגעשטרענגט. מיט אַ וואָך צוריק, האָבן די ייִדישע עקסטרעמיסטן פֿאַרברענט אַ מעטשעט אויפֿן מערבֿ־ברעג. דעם זעלבן טאָג, האָבן דרײַ ייִדן געשלאָגן אַ פּאַלעסטינער אַרבעטער. מיט אַ טאָג שפּעטער, האָבן די אַראַבישע דעמאָנסטראַנטן פֿאַרוווּנדעט דרײַ ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן בעת די אומרוען, וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אין עטלעכע ראַיאָנען פֿון ירושלים. די הײַנטיקע וואָך, ווען ריוולין איז אויפֿגעטראָטן מיט זײַן רעדע, איז אין ישׂראל אויסגעבראָכן אַ נײַע סעריע פֿון כוליגאַנישע מעשׂים און אָנפֿאַלן מצד ביידע צדדים פֿון די אומרוען.

דן מרגלית, אַ געוועזענער מיניסטער פֿון „ליכּוד‟, וואָס קען ריוולינען פֿון קינדווײַז אָן און האָט געדינט מיט אים צוזאַמען אין דער „כּנסת‟, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז די קעגנערשאַפֿט צו ראַסיזם שטימט מיט דער אַלטער שיטה פֿונעם רעוויזיאָניסטישן ציוניזם, וואָס קאָמבינירט די אידעע פֿונעם ייִדישן סוּווערעניטעט איבער גאַנץ ארץ־ישׂראל מיטן שטיצן די רעכט פֿון מינאָריטעטן און פּאָליטישע אָפּאָנענטן. למשל, ווען די כּנסת האָט באַזײַטיקט די אַראַבישע דעפּוטאַטקע חנין זועבי, ווײַל זי האָט זיך באַטייליקט אין דער פֿלאָטיליע־נסיעה קיין עזה, האָט ער זי דווקא געפּרוּווט צו פֿאַרטיידיקן.

אַזוי צי אַזוי, האָט ריוולין נישט קיין עכטן פּאָליטישן כּוח צו פֿירן זײַן קאַמף קעגן ראַסיזם, ווײַל זײַן ראָלע ווי אַ פּרעזידענט איז אַ באַגרענעצטע. פּונקט אַזוי, האָט זײַן פֿריִערדיקער קאָלעגע, שמעון פּערעס, נישט געקאָנט ווירקן אויף דער רעגירונג, הגם ער האָט כּסדר גערופֿן צום שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. גדי גבֿריהו, דער פֿאָרזיצער פֿון דער אַנטי־ראַסיסטישער אָרגאַניזאַציע „תּג־מאיר‟, האָט באַמערקט, אַז ריוולין קאָן „שרײַען און פּראָטעסטירן פֿון צײַט צו צײַט‟, אָבער קיין ערנסטע מיטלען דורכצופֿירן זײַנע פּלענער האָט ער נישט.