ליפּא שמעלצער — אַ סטודענט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט

Lipa Schmeltzer Hitting the Books at Columbia U

ליפּא שמעלצער ענטפֿערט די פֿראַגעס פֿון ד״ר אַגי לעגוטקאָ בעת דער טרעפֿונג אינעם „דויטשעס האַוס‟
ליפּא שמעלצער ענטפֿערט די פֿראַגעס פֿון ד״ר אַגי לעגוטקאָ בעת דער טרעפֿונג אינעם „דויטשעס האַוס‟

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published October 27, 2014, issue of November 21, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)

דעם אָוונט מיט ליפּא שמעלצער, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם „דויטשעס האַוס‟ פֿון קאָלומביע, האָט אָרגאַניזירט ד״ר אַגי לעגוטקאָ, די לערערין פֿון די ייִדישע שפּראַך־קורסן אינעם אוניווערסיטעט, ווי אַ טייל פֿון דער סעריע, „פֿאַרברענגט מיט אַ ייִדיש־שטערן‟ [Meet a Yiddish Celebrity]. די פֿריִערדיקע געסט אין דער סעריע זענען געווען די צוויי אַקטיאָרן, אַלען ריקמאַן און יעלענע שמולענסאָן, פֿונעם באַרימטן פֿילם פֿון די קאָען־ברודער, A Serious Man, און די „דיוואַ‟ פֿון ייִדישן טעאַטער — עלענאָר ריסאַ.

בעת דעם אָוונט האָט לעגוטקאָ געשטעלט ליפּאן אַ ריי פֿראַגעס, וואָס ער האָט אויף זיי געענטפֿערט מיט געפֿיל און הומאָר — צו ערשט, אויף ייִדיש, און דערנאָך איבערגעזעצט אויף ענגליש, כּדי די אָנהייבער פֿון לעגוטקאָס ייִדיש־קלאַס זאָלן אויך פֿאַרשטיין. פֿאַר די סטודענטן איז די אונטערנעמונג געווען אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו הערן דעם „היימישן‟ חסידישן ייִדיש פֿון אַ געניטן דערציילער און פֿאַרווײַלער, און פֿאַר ליפּאן — איז עס געווען אַ מיטל אויסצודריקן זײַנע געפֿילן וועגן, סוף־כּל־סוף, מקיים זײַן אַ חלום: שטודירן אין אַן אָנגעזעענעם אוניווערסיטעט ווי קאָלומביע.

„אַנדערע זאָגן: ׳איך האָב אַ דיפּלאָם פֿון קאָלומביע!׳ — האָט ער הויך דערקלערט — אָבער מיר איז גוט פּשוט צו זײַן אין קאָלומביע!‟ דער עולם האָט רעאַגירט מיט אַפּלאָדיסמענטן.

ליפּא שמעלצער איז אַ גרויסער שטערן אין די חסידישע און חרדישע קרײַזן, און ווערט אַ מאָל באַצייכנט ווי דער „ליידי גאַגאַ פֿון דער חסידישער מוזיק‟. צווישן די יאָרן 1999 און 2014 האָט ער אַרויסגעלאָזט 13 אַלבומען.

זײַן פּאָפּולאַריטעט צווישן דער חסידישער יוגנט, און בפֿרט זײַן צונויפֿוועבן טראַדיציאָנעלע חסידישע מעלאָדיעס מיט הײַנטצײַטיקע מוזיקאַלישע סטילן, האָט מיט דער צײַט אָבער אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע קריטיק מצד די רביים און עסקנים פֿון דער קהילה, און אין פֿעברואַר 2008, האָבן זיי אַרויסגעלאָזט אַן איסור קעגן ליפּאס אַ קאָנצערט, וואָס האָט געזאָלט פֿאָרקומען אין „מאַדיסאָן סקווער גאַרדען‟, דערקלערנדיק, אַז קיינער טאָר נישט גיין אָדער אויפֿטרעטן בײַם קאָנצערט. דערצו האָט מען פֿאַרווערט דעם עולם אָנצושטעלן די זינגער פֿאַר זייערע שׂימחות און צדקה־אונטערנעמונגען. נישט־וועלנדיק, האָט שמעלצער אַנולירט דעם קאָנצערט — אַ שריט, וואָס האָט גורם געווען אַ פֿאַרלוסט פֿון $700,000 בײַ דער ישׂראלדיקער צדקה־אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט עס פֿינאַנצירט.

דער איסור האָט אָבער געהאַט אַ פֿאַרקערטן עפֿעקט: ליפּא איז נאָך דעם געוואָרן נאָך מער פּאָפּולער.

דער מוזיקאַלישער „חרם‟ קעגן ליפּא איז געווען אַ גרויסער קלאַפּ פֿאַר אים, און הײַנט דערקלערט ער עס זייער פּשוט: „ס׳איז זיי נישט געפֿעלן געוואָרן, וואָס אַ ייִד מיט פּאות זינגט ׳ראַפּ׳.‟