ליפּא שמעלצער — אַ סטודענט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט

Lipa Schmeltzer Hitting the Books at Columbia U

ליפּא שמעלצער ענטפֿערט די פֿראַגעס פֿון ד״ר אַגי לעגוטקאָ בעת דער טרעפֿונג אינעם „דויטשעס האַוס‟
ליפּא שמעלצער ענטפֿערט די פֿראַגעס פֿון ד״ר אַגי לעגוטקאָ בעת דער טרעפֿונג אינעם „דויטשעס האַוס‟

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published October 27, 2014, issue of November 21, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 4)

זײַן לערנען אין קאָלומביע האָט, אַוודאי, אויך אַרויסגערופֿן קריטיק מצד דער קהילה. „בײַ זיי איז מײַן גיין אין קאָלומביע אַ האַלבע עבֿירה,‟ האָט ליפּא געזאָגט, און דערנאָך מיט אַ שמייכל צוגעגעבן: „כ׳וויל נישט זאָגן אַ גאַנצע עבֿירה, ווײַל איך וויל דאָ קיינעם נישט באַליידיקן!‟

נאָך לעגוטקאָס „אינטערוויו‟ מיט ליפּאן, האָט זי געמוטיקט אירע סטודענטן אין דעם עולם אַליין צו שטעלן דעם גאַסט פֿראַגעס אויף ייִדיש.

„ביסטו דער ערשטער אין דײַן משפּחה צו גיין אין אוניווערסיטעט?‟ — האָט געפֿרעגט איין סטודענטקע, שירה לערנער.

„ניין,‟ — האָט ער געענטפֿערט. — „איין שוועסטער איז געגאַנגען לערנען פּסיכאָלאָגיע אין קאָמיוניטי־קאָלעדזש אין מאָנסי.‟

אַ צווייטע סטודענטקע, חנה ראָזענווײַן, האָט זיך פֿאַרענטפֿערט, אַז זי קען זיך נישט אויסדרוקן אויף ייִדיש, האָט זי געשטעלט איר שאלה אויף ענגליש: „צי ווייסן די פּראָפֿעסאָרן ווער דו ביסט?‟

ליפּא האָט זיך צעשמייכלט און געענטפֿערט: „מײַן פּלאַן איז געווען, אַז ווען איך קום אַהער, וועל איך זײַן אַ סטודענט גלײַך ווי אַלע סטודענטן. דערווײַל האָט מײַן ענגליש־לערערין מיר שוין געזאָגט, אַז זי האָט מיך געזען אויף ׳יו־טוב׳, און אַ רעפּאָרטער פֿון דער Columbia Daily Spectator [די טאָג־צײַטונג פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט] האָט מיך שוין אינטערוויויִרט פֿאַר אַן אַרטיקל.‟

אַחוץ זײַן פֿרייד בײַם שטודירן אין קאָלעדזש, האָט ליפּא אויך באַטאָנט זײַן נײַעם אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און זײַן האָפֿענונג צו קאָנען שאַפֿן אַ בריק צווישן די מענטשן, וועלכע שטודירן און רעדן, ווי ער זאָגט, „אַ רײַכן ייִדיש‟, און וועלכע לייענען ייִדישע פּאָעזיע און ראָמאַנען, און דעם פּשוטן ייִדיש־רעדנדיקן חסידישן עולם.

„פֿון איין זײַט, זעט אויס, אַז בײַ די וואָס רעדן אַ רײַכן ייִדיש שטאַרבט עס אויס, אָבער דערווײַל איז דאָ אַ גאַנצע וועלט, וואָס רעדט ייִדיש,‟ — האָט ליפּא באַמערקט. „איך אַליין האָב הײַנט ממש 200 נעפֿיוס (פּלימעניקעס), וואָס רעדן נאָר ייִדיש. לויט ווי איך פֿאַרשטיי, רעדן הײַנט צווישן 60,000 און 70,000 חסידישע קינדער ייִדיש. איך וואָלט געוואָלט צוזאַמענברענגען די צוויי גרופּעס ייִדיש־רעדער.‟

בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟ עטלעכע טעג נאָך דער אונטערנעמונג אין קאָלומביע, האָט ליפּא דערציילט, אַז זײַן אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור איז אינספּירירט געוואָרן אין אויגוסט, בעת ער האָט אויסגעפֿאָרשט, וועלכע קלאַסן ער זאָל נעמען. ער האָט זיך דערוווּסט, אַז עס קומט פֿאָר אַ „שפּראַכן־יריד‟, וווּ סטודענטן באַקענען זיך מיט די אָפּטיילן פֿון יעדער שפּראַך, האָט ער — אויף טשיקאַוועס — באַשלאָסן צו גיין גיבן אַ קוק.