צום 40סטן יאָרצײַט נאָך ירחמיאל בריקס

On the 40th Yahrtzeit of Rachmil Bryks

פֿון בעלאַ בריקס-קליין

Published October 28, 2014, issue of November 21, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

בעלאַ בריקס־קלײַן מיטן טאַטן, ירחמיאל בריקס, בײַ איר חתונה
בעלאַ בריקס־קלײַן מיטן טאַטן, ירחמיאל בריקס, בײַ איר חתונה

אין זײַנע ווערק פֿילט מען דעם געטאָ־פֿאָלקלאָר, דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די ייִדן אין דער געטאָ און אין אוישוויץ; ווי זיי האָבן גערעדט, וואָס זיי האָבן געטראַכט, ווי זיי זײַנען געווען אָנגעטאָן, ווי אַ לעבעדיקער מוזעום.

מײַן טאַטע איז געווען אייגנאַרטיק אינעם שילדערן דעם חורבן; ער האָט עס געטאָן מיט אַ מין שוואַרצן הומאָר, וואָס ער האָט געזען און געהערט אין געטאָ און אַפֿילו אין קאָנצענטראַציע־לאַגער. זײַן „אַ קאַץ אין געטאָ‟ האָט מען דראַמאַטיזירט ווי אַ טראַגי-קאָמעדיע און געשפּילט אין קעניגלעכן טעאַטער אין שטאָקהאָלם אין 1970, מיט גרויס דערפֿאָלג. אין דער מעשׂה זוכט מען אַ קאַץ, כּדי זי צו בײַטן אויף אַן אוצר, אַ גאַנץ לעבל ברויט. מיט אַ ביטערן הומאָר ווײַזט ער ווי פֿאַרשיידענע טיפּן מענטשן, וואָס לעבן אין אַ פֿאַרקערטער וועלט, ווערן פֿאַרפֿירט דורך אַ פֿאַלשער האָפֿענונג.

ער האָט געשריבן וועגן איין משפּחה און זיי האָבן סימבאָליזירט אַלע ייִדישע טאַטעס, מאַמעס, ייִנגעלעך און מיידעלעך, וואָס האָבן געליטן אונטער די נאַציס. אין זײַנע ווערק, דערפֿילט מען אויך די טיפֿע אמונה אין גאָט און די האָפֿענונג, אַז גאָט האָט נישט פֿאַרגעסן זײַן פֿאָלק.

מיין לעצטע באַגעגעניש מיטן טאַטן איז געווען אין יאַנואַר 1974, ווען מײַן מאַן יונה און איך זײַנען געקומען פֿון ישׂראל קיין ניו־יאָרק אויף אַ קורצן באַזוך, מיט אונדזער נײַ־געבוירן טעכטערל שׂרית. עס קאָן זײַן, אַז דער טאַטע האָט געהאַט אַ פֿאָרגעפֿיל, ווײַל ער האָט געבעטן איך זאָל אים שטעלן פֿראַגעס, און אַלץ רעקאָרדירן אויף אַ טאַשמע; און אַזוי האָבן מיר געשמועסט איבער אַ שעה. ער האָט דערציילט וועגן זײַן שרײַבן, זײַן לעבן און זײַנע צוקונפֿטיקע פּראָיעקטן.

אַכט חדשים שפּעטער, נאָך אין סאַמע מיט פֿון זײַנע ליטעראַרישע חלומות, איז דער טאַטע פּלוצעם ניפֿטר געוואָרן אין ניו־יאָרק פֿון אַ מוח־אַטאַק, אויף סוכּות 1974, אין עלטער פֿון 62 יאָר. איך האָב דעמאָלט געשוואַנגערט מיט מײַן עלטסטער זון, וואָס הייסט נאָכן טאַטן — רמי, ירחמיאל. מײַן מאַמע האָט באַשלאָסן אַריבערצוברענגען זײַן ארון קיין ישׂראל אויפֿן הייליקסטן אָרט בײַ די ייִדן, הר־הזיתים אין ירושלים.

26 יאָר שפּעטער איז מײַן מאַמע הינדע-אתיה ניפֿטר געוואָרן אין ניו־יאָרק ערבֿ ראש־השנה 2000, און מיר האָבן זי באַערדיקט נאָענט פֿונעם טאַטן אויפֿן הר־הזיתים.

מיין טאַטע האָט זײַן גאַנץ לעבן זיך אָפּגעגעבן מיטן פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די קדושים פֿון דעם לעצטן חורבן, אַז די וועלט זאָל נישט פֿאַרגעסן, וואָס עס איז געשען. זײַנע ווערק האָט ער געשאַפֿן מיט יסורים און מיט טרערן ווי אַ גײַסטיקע מצבֿה פֿאַר די וואָס זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן. כּבֿוד זײַן אָנדענק.