ווי מע ווערט אַ רעפֿיוזניק

Turning Into a Refusenik

אַ ריי צו באַקומען די אַרויספֿאָר־וויזע קײן ישׂראל, מאָסקווע, 1990
אַ ריי צו באַקומען די אַרויספֿאָר־וויזע קײן ישׂראל, מאָסקווע, 1990

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 28, 2014, issue of November 21, 2014.

איך קען — און וועל — אָפּמערקן אַ שטיקל יוביליי: מיט 35 יאָר צוריק, דעם 30סטן אָקטאָבער 1979, האָבן מיר אָנגעגעבן דאָקומענטן אויף אַרויסצופֿאָרן פֿון סאָוועטן־פֿאָרבאַנד. דער טאָג איז פֿאַרבליבן אין מײַן זכּרון אויף שטענדיק. איך געדענק נאָך אַלץ דאָס פּנים — דווקא אַ גאַנץ סימפּאַטיש רוסיש פּנים — פֿון דעם אָפֿיציר, דאַכט זיך, אַ קאַפּיטאַן (ער איז געווען אָנגעטאָן ציוויל), וואָס האָט קאָנטראָלירט און, מיט אַ שמייכל, אָנגענומען די דאָקומענטן. קיין שטיקל פּאַפּיר וועגן דעם פֿאַקט גופֿא, אַז אונדזערע פּאַפּירן זײַנען שוין געווען אין די הענט פֿון די „געהעריקע אָרגאַנען‟, האָבן מיר ניט באַקומען. אַזאַ איז געווען דער סדר. מיט אַנדערע ווערטער, האָבן די „אָרגאַנען‟ געקענט מאַכן אַן אָנשטעל, אַז גאָרנישט איז ניט פֿאָרגעקומען, און גיי שרײַ חי־וקים.

אין דער אמתן, איז זייער אַ סך פֿאָרגעקומען. דער פּראָצעס אַליין פֿון צונויפֿקלײַבן דאָס נייטיקע פּעקל פּאַפּיר האָט שוין גאַנץ דראַמאַטיש געביטן אונדזער לעבן. אין דער טעקע זײַנען געלעגן אָפֿיציעל געשטעמפּלטע דערלויבענישן פֿון אונדזערע עלטערן, אַז זיי דערלויבן אונדז אַרויסצופֿאָרן; און דאָס איז קיין גרינגע זאַך פֿאַר זיי ניט געווען. ערשטנס, האָבן זיי — אין דעם קלימאַט פֿון יענע יאָרן, פֿאַקטיש דערלויבט אונדז צו געזעגענען זיך מיט זיי אויף אייביק. דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז דאָך געווען, אין תּוך אַרײַן, אַ פֿאַרמאַכט לאַנד, און אַפֿילו אַזעלכע הײַנטיקע באַקוועמלעכקייטן פֿון ווירטועלע באַגעגענישן, ווי דער „סקײַפּ‟ זײַנען נאָך ניט אַראָפּ פֿון די זײַטלעך פֿון פֿאַנטאַסטישע ראָמאַנען.

צווייטנס, זײַנען דרײַ פֿון אונדזערע עלטערן געווען מיטגלידער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, און מײַן שווער האָט אין די 1940ער יאָרן אַפֿילו געהאַט פֿאַרענדיקט די העכערע פּאַרטיי־שול, וווּ מע האָט געשמידט איבערגעגעבענע קאַדרען פֿאַר דעם סאָוועטישן אַפּאַראַט. אמת, לאַנג איז ער אין די הויכע פֿענצטער ניט געבליבן — ייִדן האָט מען פֿון דאָרטן גענומען אַרויסצושטופּן.

מײַן טאַטע, אַ קאָמיסאַר אין די יאָרן פֿון דער מלחמה, האָט ניט נאָר געגעבן מיר די נייטיקע דערלויבעניש; ער האָט מיך, פֿאַקטיש, צו דעם צוגעגרייט. אַ לערער אין ייִדישע שולן פֿאַר דער מלחמה, האָט ער שטאַרק געבענקט נאָך ייִדישקייט. מיט רעליגיע האָט עס גאָרנישט ניט געהאַט צו טאָן — ער איז געווען אַן אַטעיִסט פֿון אַ גאַנץ יאָר, הגם מיט אַ טיפֿן דרך־ארץ צו פֿרומע לײַט. זײַן אייגענע ייִדישקייט איז געווען אין גאַנצן אַ וועלטלעכע. עטלעכע מאָל האָב איך פֿון אים געהערט, אַז אין „אַנדערע באַדינגונגען‟ וואָלט ער געווען אַ בונדיסט. די זעקס־טאָגיקע מלחמה האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ פֿאַנאַטיקער פֿון ראַדיאָ. מיט ראַדיאָ פֿלעגט ער זיך אויפֿכאַפּן און מיט ראַדיאָ פֿלעגט ער אײַנשלאָפֿן. קיין סאָוועטישע אוידיציעס האָט ער ניט געהערט. די נײַעס פֿלעגן קומען צו אים, דער עיקר, פֿון ירושלים (אויף ייִדיש און רוסיש) און פֿון לאָנדאַן (אויף רוסיש).

אין דער טעקע, איבערגעלאָזט דעם 30סטן אָקטאָבער, זײַנען אויך געלעגן אָפֿיציעלע בריוו וועגן אויסשליסן אונדז פֿון דעם קאָמוניסטישן יוגנט־פֿאַרבאַנד, מיטגלידער פֿון וועלכן זײַנען געווען — געמוזט זײַן — אַלע סאָוועטישע יונגע לײַט, ביזן עלטער פֿון 28 יאָר (איך בין דעמאָלט געווען 27 און מײַן ווײַב — 23). אָן אַזאַ מיטגלידערשאַפֿט איז דער מענטשן געווען אַ פֿאַרדעכטיקער יוצא־מן־הכּלל, וואָס האָט דערמיט געוואַלדיק באַגרענעצט זײַנע מעגלעכקייטן פֿון לערנען זיך און פֿון געפֿינען אַ לײַטישע אַרבעט. צו דער צײַט פֿון אָנגעבן די דאָקומענטן, זײַנען מיר געווען אין אָט דער פֿאַרדעכטיקער קאַטעגאָריע. דערגרייכט איז דער דאָזיקער סטאַטוס געוואָרן נאָך אַ צאָל פֿאַרזאַמלונגען, און איבערלעבן זיי איז אויסגעקומען, ווייך געזאָגט, ניט גרינג.

די שווערסטע זאַך איז געווען מיט דער אַרבעט. קיינער האָט ניט געוואָלט האַלטן אַזעלכע „פֿאַררעטער‟, דאָס האָט ניט געמאַכט שענער די אָפֿיציעלע צורה פֿון דער אינסטיטוציע און פֿון אירע אָנפֿירער. בדרך־כּלל, פֿלעגט מען פֿאָרלייגן אַזאַ „געשעפֿט‟: דו גייסט אַוועק, און מיר גיבן דיר דאָס נייטיקע פּאַפּירל. מיר האָט מען עס אויך פֿאָרגעלייגט, אָבער איך האָב זיך פֿאַרעקשנט. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט מיר דאָס פּאַפּירל יאָ געגעבן, כאָטש איך בין פֿאַרבליבן אַן אָנגעשטעלטער פֿון דעם אַנשטאַלט. פֿאַר וואָס? ס’איז מײַן מזל געווען, אַז אין דער אָנפֿירונג זײַנען געשטאַנען לײַטישע מענטשן. ס’איז וויכטיק געווען אויך, זיי זאָלן געווען זײַן רוסישע — ייִדן זײַנען, געוויינלעך, געווען מער שרעקעוודיקע, ווײַל מע האָט זיי גרינגער געקענט באַשולדיקט אין שטיצן די ציוניסטן.

בין איך טאַקע געווען דעמאָלט אַ ציוניסט צי נאָך עפּעס אַזוינס? דעמאָלט וואָלט איך אפֿשר געגעבן אַ פּאָזיטיוון ענטפֿער אויף אַזאַ פֿראַגע; אָבער איצט ווייס איך, אַז די סיבה פֿאַר אונדזער שטרעבן פֿון פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד איז געווען אַן אַנדערע: מיר האָבן זיך פּשוט ניט געפֿילט אין דער היים אין דער מלוכה, וווּ אונדז איז באַשערט געווען זיך באַווײַזן אויף דער וועלט; דאָס דאָזיקע געפֿיל האָט אונדז אויף קיין רגע ניט פֿאַרלאָזט אויך אין די יאָרן פֿון וואַרטן און וווינען מחוץ רוסלאַנד. אַ געבענטשטער טאָג איז עס געווען — דעם 30סטן אָקטאָבער 1979.