מײַן זון דער סאַרווער — אַ ייִדישע טראַגעדיע

My Son the Waiter, a Jewish Tragedy

בראַד צימערמאַן, דער אַלטער-יונגער קאָמיקער
בראַד צימערמאַן, דער אַלטער-יונגער קאָמיקער

פֿון עדי מהלאל

Published October 29, 2014, issue of November 21, 2014.

בראַד צימערמאַן האָט פֿון זײַנע יונגע יאָרן אָן געהאַט אַ ציל אין לעבן: צו ווערן אַן אַקטיאָר.

נאָך זײַנע לימודים, אין 1978, האָט ער זיך אַריבערגעצויגן אין ניו-יאָרק, ווי אַ סך מענטשן טוען, טראָגנדיק אין זייער רענצל די זעלביקע בראָדוויי־ און האָליוווּד־חלומות. צווישן איין פֿאַרהער און דעם אַנדערן, געפֿינען אַזעלכע מענטשן, געוויינטלעך, די אַזוי־גערופֿענע צײַטווײַליקע פֿאַרדינסטן: זײַן אַ קינדהיטער, געבן פּריוואַטע לעקציעס, אָדער די סאַמע פֿאַרשפּרייטסטע — צו אַרבעטן ווי אַ סאַרווער אָדער אַ סאַרווערין. אויב דער חלום צו ווערן אַ שוישפּילער ווערט פּאַמעלעך צעשווענקט אין דער טאָג־טעגלעכקייט, גייען זיי ווײַטער אָן מיט זייער לעבן, און זוכן אַן אַנדער פֿאַך. אָבער אין צימערמאַנס פֿאַל, האָט דער באַגריף „צײַטווײַליק‟ באַקומען אַן אַנדער באַטײַט.

נישט ווייניקער ווי 29 יאָר האָט צימערמאַן געאַרבעט ווי אַ סאַרווער אין די ניו-יאָרקער רעסטאָראַנען. נישט ווײַל אין דער זעלבער צײַט איז ער געגאַנגען אויף פּראָבעס, דורכגעפֿאַלן און אפֿשר פֿרוסטרירט געוואָרן; קיין האָפֿענונג האָט ער נישט פֿאַרלוירן — געפֿאַלן, זיך אויפֿגעהויבן און האָט ווײַטער פּראָבירט. זײַן לעבנס־געשיכטע אין משך פֿון די כּמעט 30 יאָר סערווירן, אַנטפּלעקט אַ מעשׂה פֿון אַ מורא דורכצופֿאַלן. ערשט נאָך לאַנגע יאָרן פֿון פּסיכאָלאָגישער טעראַפּיע, האָט ער זיך ביסלעכווײַז באַפֿרײַט פֿון זײַן פּאַראַליזירנדיקער שרעק. הײַנט צו טאָג, שוין כּמעט אַ בן-שישים, איז ער אַרויס מיט אַ קאָמישער אויטאָביאָגראַפֿישער סאָלאָ-אויפֿטרעטונג אונטערן נאָמען „מײַן זון דער סאַרווער, אַ ייִדישע טראַגעדיע‟ (My Son the Waiter, A Jewish Tragedy).

שטעלט זיך די פֿראַגע: למאַי ווערט אַ קאָמישע אויפֿטריט דעפֿינירט ווי „אַ ייִדישע טראַגעדיע‟?

דאָ דאַרף מען דערקלערן, אַז מע רעדט וועגן אַ „ייִדישער אַמעריקאַנער טראַגעדיע‟, וואָס מע קען מיט אַנדערע ווערטער באַשרײַבן ווי די טראַגעדיע פֿון דעם נישט־אַמביציעזן אַמעריקאַנער ייִד. כּידוע, כאַראַקטעריזירט זיך דער אַמעריקאַנער ייִדישער שבֿט ווי אַ שבֿט פֿון „געווינערס‟; אַ שבֿט וואָס געהערט צו די סאַמע עליטאַרע קרײַזן אין אַ סך תּחומים. שוין אין דעם פֿאַקט אַליין ליגט אַ נישט קיין קליינער קאָמישער פּאָטענציאַל, מיט וויצן, ווי: „איך פֿאַרשטיי נישט, פֿאַר וואָס מע זאָגט, אַז 24 שעה אין אַ מעת-לעת איז נישט גענוג, ווײַל עס קלעקט נישט די צײַט אַלץ צו טאָן. מיר איז דווקא גאָר גענוג נאָר 11 שעה.‟ אָדער בעת ער דערציילט, ווי ער ווערט פֿול מיט כּעס, צוהערנדיק זיך צו אַנדערע מענטשן, וואָס באַשרײַבן זייערע זומער-פּלענער אין די האַמפּטאָנס-בערג: „אויף מײַן זומער־וואַקאַציע פֿאַרשטאַרק איך דעם ווענטילאַטאָר אויף מאַקסימום…‟

אָבער, אין וועמענס אויגן איז צימערמאַנס סטאַטוס פֿון אַ פֿאַרעלטערטן סאַרווער סײַ אַ טראַגישער און סײַ אַ קאָמישער, ווי דער טיטל אַליין איז שוין מרמז?