אָבאַמאַ לערנט זיך נישט אָפּ פֿון דער געשיכטע

Obama Refuses to Learn From the Past

Getty Images

פֿון דזשיי דזשיי גאָלדבערג (Forward)

Published October 29, 2014, issue of November 21, 2014.

ווי גייט דאָס ווערטל? די מענטשן וואָס לערנען זיך נישט אָפּ פֿון דער געשיכטע וועלן איבערחזרן די זעלבע טעותן.

פֿראַנקרײַך, למשל, האָט געמאַכט צוויי ריזיקע טעותן אינעם 20סטן יאָרהונדערט: דער ערשטער איז געווען זײַן באַשלוס צו דערקלערן מלחמה קעגן דײַטשלאַנד אין 1914. (דײַטשלאַנד איז טאַקע געווען דער ערשטער, וועלכער האָט דערקלערט די מלחמה, אָבער דאָס איז בלויז געווען אַ רעאַקציע צו פֿראַנקרײַכס וואָרענונג, אַז עס וועט קעמפֿן צו פֿאַרטיידיקן רוסלאַנד.) די מלחמה איז געווען די סאַמע בלוטיקסטע, אומזיניקסטע מלחמה אין דער געשיכטע. פֿראַנקרײַך האָט פֿאַרלוירן נאָענט צו 2 מיליאָן מענטשן, בערך 4.4% פֿון דער באַפֿעלקערונג. דער צווייטער טעות וואָס פֿראַנקרײַך האָט געמאַכט, איז געווען זײַן באַשלוס נישט צו קעמפֿן קעגן דײַטשלאַנד, ווען ס׳האָט אים אָקופּירט, אין 1940.

דער פֿאַרשטאָרבענער קעניג כוסיין פֿון יאָרדאַניע האָט אויך געמאַכט צוויי גרויסע טעותן. דער ערשטער איז געווען אין יוני 1967, ווען ער האָט אין איינעם מיט עגיפּטן און סיריע געקעמפֿט קעגן ישׂראל אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. ווי אַ פּועל־יוצא האָט ער פֿאַרלוירן דעם מערבֿ־ברעג. דאָס צווייטע מאָל איז עס געווען אין 1973, ווען עגיפּטן און סיריע האָבן געקעמפֿט קעגן ישׂראל, און כוסיין האָט זיך בכלל נישט אַרײַנגעמישט. ישׂראל האָט געליטן אַ מפּלה, און עגיפּטן און סיריע האָבן ביידע צוריקבאַקומען אַ טייל פֿון דער טעריטאָריע, וואָס זיי האָבן פֿאַרלוירן אין 1967. אָבער נישט כוסיין; אין 1974 האָט די אַראַבישע ליגע צוגענומען בײַ אים דעם מערבֿ־ברעג און עס געשאָנקען דער „פּי־על־אָו‟.

זינט דעם אָנהייב פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט האָט אַמעריקע אויך געמאַכט צוויי גרויסע טעותן. דער ערשטער איז געווען צו דערקלערן מלחמה קעגן איראַק אין 2003. לכתּחילה איז עס געווען אַ רעאַקציע אויף די אַטאַקן פֿונעם 11טן סעפּטעמבער, כאָטש איראַק האָט נישט געהאַט קיין שום שײַכות מיט 9/11 — דאָס איז געווען „אַל־קײַדאַ‟, דווקא אַ שׂונא פֿון איראַק. דערנאָך איז דער ציל געווען אָפּצושטעלן איראַקס פּראָגראַם פֿון נוקלעאַרע וואָפֿנס, כאָטש ס׳האָט בכלל נישט עקזיסטירט אַזאַ זאַך. און דערנאָך איז דער ציל געווען צו אינספּירירן אַנדערע אַראַבישע פֿעלקער אַראָפּצוזעצן זייערע דיקטאַטאָרן. דאָס איז טאַקע יאָ פֿאָרגעקומען, אָבער נישט אויפֿן אופֿן ווי מיר האָבן געוואָלט.

אין 2002 האָט אַריאל שרון בפֿירוש געוואָרנט פּרעזידענט בוש, אַז אויב ער וועט אַרײַן אין איראַק און באַזײַטיקן סאַדאַם כוסיין, וועלן דרײַ זאַכן געשען: ער וועט אַרײַנזינקען אין אַ בלוטיקער יאָרן־לאַנגער „בלאָטע‟; ער וועט צעטיילן איראַק און דערבײַ גורם זײַן שלאַכטן צווישן די סוניטן, שיִיִטן און קורדן; און ער וועט פֿאַרוואַנדלען איראַן אין אַ סופּערמאַכט, דורכן באַזײַטיקן איראַנס גרעסטן שׂונא, סאַדאַם כוסיין. וכּך הווה.