אַן ישׂראלדיקער קינאָ־פֿעסטיוואַל אין וויעטנאַם

Israeli Film Festival in Vietnam

פֿון ייִט״אַ

Published November 02, 2014, issue of November 21, 2014.

שבת, דעם 1טן נאָוועמבער, האָט זיך אינעם נאַציאָנאַלן צענטער פֿון קינעמאַטאָגראַפֿיע אין האַנוי, די הויפּטשטאָט פֿון וויעטנאַם, אָנגעהויבן דער ערשטער פֿינף־טאָגיקער פֿעסטיוואַל פֿון ישׂראלדיקע פֿילמען, וואָס די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע האָט אָרגאַניזירט אין שײַכות מיטן 20־יאָריקן יוביליי פֿון דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער. די אַמבאַסאַדע האָט איבערגעגעבן אויפֿן „פֿייסבוק‟, אַז אָנהייבנדיק פֿונעם 6טן נאָוועמבער וועט דער פֿעסטיוואַל אויך פֿאָרקומען אין האָשימין, די גרעסטע שטאָט אין וויעטנאַם.

דער אַמבאַסאַדאָר, מירבֿ אילון־שחר, האָט דערקלערט, אַז די וויעטנאַמישע צוקוקער וועלן זיך באַקענען מיט אַזעלכע קינאָ־ווערק, ווי „מרחקים‟ („בריוו פֿון אַ ווײַט לאַנד‟), „כּנפֿיים שבֿורות‟ („צעבראָכענע פֿליגל‟), „פּעם הייתי‟ („אַמאָל בין איך געווען‟), „מישהו לרוץ איתּו‟ („מיט עמעצן מיטצולויפֿן‟) און „משהו מתק‟ („עפּעס זיס‟). דער סיפּור־המעשׂה אין „מרחקים‟ האָט צו טאָן מיט וויעטנאַם, און אַ טייל פֿון די סצענעס ווערן געשפּילט אויף וויעטנאַמיש. אילון־שחר האָפֿט, אַז דער פֿעסטיוואַל וועט העלפֿן די וויעטנאַמער און ישׂראלים צו פֿאַרבינדן זיך נענטער און בעסער פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן.

אַחוץ דעם קינאָ־פֿעסטיוואַל, וועט מען אָפּמערקן דעם דיפּלאָמאַטישן יוביליי מיט אַ בוך־פּרעזענטאַציע, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 7טן נאָוועמבער אין דער האַנויער אַלגעמיינער וויסנשאַפֿטלעכער ביבליאָטעק. אינעם יאָר 2012, האָבן די היסטאָריקער מאַריסטעלאַ באָטיטשיני און צבֿי עקשטיין אַרויסגעגעבן אויף ענגליש דאָס בוך „די אויסדערוויילטע יחידים: ווי אַזוי בילדונג האָט פֿאָרמירט די ייִדישע געשיכטע‟. בעת דער אונטערנעמונג, וועט מען פּרעזענטירן די וויעטנאַמישע איבערזעצונג פֿון דער דאָזיקער פֿאָרש־אַרבעט.

מאָנטיק, דעם 3טן נאָוועמבער, הייבט זיך אָן אויפֿן „פֿייסבוק‟ אַ ישׂראלדיקער ערודיציע־פֿאַרמעסט פֿאַר די וויעטנאַמער. במשך פֿון אַן אָנדערהאַלבן חודש, וועלן די באַטייליקטע דאַרפֿן איין מאָל אַ וואָך ענטפֿערן אויף פֿינף קשיות וועגן אַ געוויסער פֿאָטאָגראַפֿיע. דער געווינער וועט באַקומען אַ נײַעם „אײַפֿאָן‟, ווי אַ פּריז פֿון דער אַמבאַסאַדע.

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, האָט די אַמבאַסאַדע איבערגעגעבן וועגן דעם אויפֿשטײַג פֿון געשעפֿט־באַציִונגען צווישן ישׂראל און וויעטנאַם. במשך פֿון די ערשטע אַכט חדשים פֿונעם יאָר 2014, האָט דער האַנדל צווישן די לענדער דערגרייכט 624.9 מיליאָן דאָלאַר — אויף 60 פּראָצענט העכער, ווי אינעם זעלבן פּעריאָר פֿאַראַיאָרן.