די פֿאַרפֿאַלענע וואַלן

Election Blues

דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט מײַקל גרים (אויף לינקס) און זײַן דעמאָקראַטישער קעגנער דאָמעניק מ. רעטשיאַ וואַרטן אָנצוהייבן זייער דעבאַטע אינעם מאַנהעטענער סטודיאָ פֿון דער טעלעוויזיע־סטאַנציע WABC
 דעם17טן אָקטאָבער 2014 , אין שטאָט ניו־יאָרק
Getty Images
דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט מײַקל גרים (אויף לינקס) און זײַן דעמאָקראַטישער קעגנער דאָמעניק מ. רעטשיאַ וואַרטן אָנצוהייבן זייער דעבאַטע אינעם מאַנהעטענער סטודיאָ פֿון דער טעלעוויזיע־סטאַנציע WABC דעם17טן אָקטאָבער 2014 , אין שטאָט ניו־יאָרק

פֿון לייזער בורקאָ

Published November 04, 2014, issue of November 21, 2014.

צוליב דעם וואָס די איצטיקע נאַציאָנאַלע וואַלן גייען ניט אין אויסקלײַבן אַ נײַעם פּרעזידענט, רופֿן זיי אַרויס בײַם אַמעריקאַנער עולם נאָר אַ קנאַפּן אינטערעס — ווי געוויינטלעך. ווען פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט געוווּנען אין 2008, האָט גאַנצע 57% פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג, וואָס האָט אַ רעכט צו שטימען, געשטימט אין די וואַלן (אין ס’רובֿ דעמאָקראַטישע לענדער וואָלט אַזאַ נידעריקער פּראָצענט געווען אַ גאָטס רחמנות, אָבער בײַ אונדז איז עס די העכסטע צאָל זינט 1968). מיט צוויי יאָר שפּעטער, ווידער, אין די אַזוי־גערופֿענע „מיד־טערם‟־וואַלן, האָבן זיך באַטייליקט בלויז 37%, און די רעפּובליקאַנער האָבן געוווּנען דאָס רעפּרעזענטאַנטן־הויז.

הײַיאָר דאַרף מען זיך נאָך אַ מאָל רעכענען מיט אַ רעלאַטיוו קליינער צאָל וויילער און דערוואַרטן מסתּמא אַ רעפּובליקאַנער נצחון. די געשיכטע לערנט אונדז, אַז די וויילער האָבן אַ טבֿע אין אַזעלכע יאָרן צו שטימען פֿאַר דער אָפּאָזיציע־פּאַרטיי — קעגן דעם פּרעזידענט — ווי אַן אויסדרוק פֿון זייער אַלגעמיינער אומצופֿרידנקייט, ניט געקוקט אויפֿן פֿאַקטישן עקאָנאָמישן מצבֿ. דאָס הייסט, אַז דעם פּרעזידענטס פּאַרטיי וועט מסתּמא פֿאַרלירן, כאָטש דער מצבֿ איז, אַוודאי, אַ סך בעסער ווי מיט פֿיר יאָר צוריק, ווײַל אין גאַנצן צופֿרידן זײַנען די וויילער קיין מאָל ניט.

אַזוי ווי די רעפּובליקאַנער וועלן געווינען אַ פּאָר אָדער אַ סך מער זיצפּלעצער אינעם קאָנגרעס, קענען מיר אַרויסקוקן אויף די ווײַטערדיקע צוויי יאָר, ווען דער קאָנגרעס וועט גאָרנישט אָדער כּמעט גאָרנישט טאָן. אויב די רעפּובליקאַנער וועלן ניט געווינען דעם סענאַט, וועלן זיי ווײַטער פֿירן זייער פּאָליטיק פֿון אָבסטרוקציאָניזם און ניט לאָזן, אַז מע זאָל עפּעס ענדערן. אויב זיי וועלן יאָ געווינען דעם סענאַט מיטן רעפּרעזענטאַנטן־הויז צוזאַמען — וואָס איז גאַנץ מעגלעך — וועט אָבאַמאַ, מיטן כּוח פֿון זײַן „וועטאָ‟, זיי ניט לאָזן דורכפֿירן זייער אייגענע פּראָגראַם. אַזוי אָדער אַזוי קען מען זײַן זיכער, אַז קיין וויכטיקע באַשלוסן אָדער רעפֿאָרמען וועלן ניט אַרויסקומען פֿונעם קאָנגרעס אין משך פֿון די קומענדיקע צוויי יאָר.

ס׳איז טשיקאַווע צו פֿאַרגלײַכן דעם הײַנטיקן אומאינטערעס פֿון דער וויילערשאַפֿט אין די „מיד־טערם‟־וואַלן מיטן ענטוזיאַזם, וואָס איז געווען אין די ערשטע יאָרן פֿון דער רעפּובליק. דעמאָלט האָבן מער מענטשן געשטימט דווקא בעת די קאָנגרעס־וואַלן ווי אין די פּרעזידענט־וואַלן, ווײַל בײַם קאָנגרעס איז געווען די אמתע מאַכט. מיט דער צײַט, אָבער, צוליב דעם נײַעם אינטערנאַציאָנאַלן פּראָפֿיל, וואָס אַמעריקע האָט באַקומען אין 20סטן י”ה, און צוליב די אַלע מלחמות, וווּ דער פּרעזידענט שפּילט פֿון תּמיד אָן די ראָלע פֿונעם מיליטערישן הויפּט־קאָמאַנדיר, האָט זיך בײַ אונדז אַנטוויקלט אַ מין „אימפּעריאַלע פּרעזידענטשאַפֿט‟. זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דער קאָנגרעס אַפֿילו ניט געמאַכט קיין אָפֿיציעלע מלחמה־דעקלאַראַציע, וואָס דאָס איז בפֿירוש זײַן אויסשליסלעך רעכט לויט דער קאָנסטיטוציע.

די לעצטע יאָרן קומען ניט מער אַרויס די וויכטיקסטע רעפֿאָרמען פֿונעם קאָנגרעס, וואָס איז שטענדיק פֿאַרפּלאָנטערט אין פֿאַרשיידענע מחלוקתן. די וויכטיקסטע פֿראַגעס וועגן מיליטערישער זיכערהייט, וועגן אימיגראַציע, וועגן ציווילע און פּערזענלעכע רעכט (למשל, אָפֿיציעלע חתונות פֿאַר האָמאָסעקסואַליסטן, אַבאָרטן אאַז”וו) ווערן הײַנט באַהאַנדלט אינעם „ווײַסן הויז‟ און אינעם העכסטן געריכט. דער פּרעזידענט אַליין קלײַבט אויס די ריכטער אויפֿן העכסטן געריכט — דער קאָנגרעס דאַרף זיי בלויז באַשטעטיקן — איז ניט קיין גוזמא צו זאָגן, אַז הײַנט ליגט כּמעט די גאַנצע מאַכט בײַם פּרעזידענט אין די הענט.

דאָס קומט צו רייד, ערשטנס, כּדי צו טרייסטן מײַנע פֿרײַנד דעמאָקראַטן, זיי זאָלן ניט פֿילן צו שטאַרק דעם קלאַפּ פֿון זייער קומענדיקער מפּלה. זײַט זיך ניט מייאש, ייִדן! ס׳איז בלויז אַ קורצע עת־צרה, וואָס וועט באַלד איבערגיין. און צווייטנס, כּדי צו לאָזן וויסן מײַנע פֿרײַנד רעפּובליקאַנער, זיי זאָלן זיך ניט איבערנעמען מיט זייער גרויסן נצחון, און זיך ניט אײַנרעדן, אַז ער ברענגט פֿאַר זיי אַ נײַע תּקופֿה פֿון גאָלדענע גליקן. פֿאַרקערט, עס קען גאָר געמאָלט זײַן, אַז אַ דאַנק דעם רעפּובליקאַנער נצחון וועלן דווקא די דעמאָקראַטן האָבן בעסערע שאַנסן צו געווינען די פּרעזידענטשאַפֿט נאָך אַ מאָל אין צוויי יאָר אַרום — ווײַל דער גאַנצער „טויגענישט‟־קאָנגרעס וועט קומען אויפֿן חשבון פֿון די רעפּובליקאַנער.

די וויילער ווייסן, אַז די אמת וויכטיקע וואַלן וועלן זײַן אין 2016. דערווײַל קען מען איבערלאָזן אונדזער דעמאָקראַטיע פֿאַר די קאָרפּאָראַציעס און די גרויסע געלטגעבער, וואָס האָבן אונדזערע קאָנגרעסלײַט בײַ זיך אין קעשענע. קיינער וועט ניט קענען בײַטן אונדזער וואַל־סיסטעם און באַגרענעצן די השפּעה פֿון די געלטגעבער, ביז מע וועט אויסקלײַבן אַ נײַעם פּרעזידענט, וואָס דער עיקר פֿון זײַן פּראָגראַם איז וואַל־רעפֿאָרם. אַ פּרעזידענט בײַם סוף פֿון זײַן קאַדענץ, ווי אָבאַמאַ, אַ „געליימטע קאַטשקע‟, האָט מער ניט די כּוחות דורכצופֿירן אַזאַ רעפֿאָרם, אַפֿילו ער זאָל וועלן.

דעריבער זאָלן מענטשן מיט אַ גוטן ווילן פֿון אַלע פּאַרטייען האָבן שוין איצט אין זינען צו זוכן אַ קאַנדידאַט פֿאַר פּרעזידענט, וואָס האָט בדעה צו רעפֿאָרמירן די וואַל־סיסטעם — ווײַל אָן דעם זײַנען כּמעט אַלע אַנדערע רעפֿאָרמען אוממעגלעך. אַ סבֿרה, אַז אַזאַ קאַנדידאַט וועט גיכער קומען פֿון די דעמאָקראַטן, אָבער לאַוו־דווקא; דזשאַן מעקיין, למשל, דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט אין 2008, האָט געהאַט גרויסע פֿאַרדינסטן אויף דעם געביט. דער עיקר איז, אַז מע זאָל אויסקלײַבן אַ קאַנדידאַט מיט גוטע כּוונות, וואָס מאַכט ניט דעם אײַנדרוק פֿון אַ שלימזל אָדער אַן אידיאָט.