לערער־פֿאַראיינען אין ייִדישע שולן — אַ זעלטנקייט

At Jewish Schools, Unions are Rare and Becoming Rarer

אַ תּנ״ך־לימוד אין דער פּענסילוועניער „העברעיִשער אַקאַדעמיע אויפֿן נאָמען פֿון דזשעק באַראַק‟
Barrack Hebrew Academy
אַ תּנ״ך־לימוד אין דער פּענסילוועניער „העברעיִשער אַקאַדעמיע אויפֿן נאָמען פֿון דזשעק באַראַק‟

פֿון דזשולי ווינער (Forward)

Published November 04, 2014, issue of November 21, 2014.

גלײַך פֿאַרן נײַעם לערן־יאָר, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין סעפּטעמבער, האָט דער לערער־פֿאַראיין אין דער „העברעיִשער אַקאַדעמיע אויפֿן נאָמען פֿון דזשעק באַראַק‟, וואָס געפֿינט זיך אין ברין־מאָר, שטאַט פּענסילוועניע, געשלאָסן אַ נײַעם קאָנטראַקט מיט דער שול־אַדמיניסטראַציע.

מיט 5 יאָר צוריק, ווען די קאָנטראַקט־פֿאַרהאַנדלונגען זענען דורכגעפֿאַלן, האָבן די לערער דערקלערט אַ שטרײַק. זינט דעמאָלט אָבער, זענען דער פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַראיין און די אַדמיניסטראַציע געבליבן, בדרך־כּלל, אין רויִקע באַציִונגען.

די „באַראַק־אַקאַדעמיע‟ איז איינע פֿון די גאָר זעלטענע ייִדישע טאָגשולן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ די באַאַמטע זענען מיטגלידער פֿון אַ פֿאַראיין. אינעם גאַנצן לאַנד זענען נישט געבליבן אַפֿילו אַ צענדליק אַזעלכע בילדונג־אַנשטאַלטן; זיי זענען אַלע פֿאַרבונדן מיט דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג אָדער האָבן אַ פּלוראַליסטישן טעם.

במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, האָבן דרײַ קאָנסערוואַטיווע שולן מבֿטל געווען זייערע לערער־פֿאַראיינען. איינע פֿון זיי, די „טאָגשול אויפֿן נאָמען פֿון פּערעלמאַן‟, געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון דער „באַראַק־אַקאַדעמיע‟. די דאָרטיקע אַדמיניסטראַציע האָט זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאַרהאַנדלען מיט די פֿאַראיין־פֿאָרשטייער. די זעלבע מעשׂה איז געשען אין די אַנדערע צוויי שולן.

די קריטיקער פֿון די לערער־פֿאַראיינען טענהן, אַז זיי פֿאַרקוקן די באַדערפֿענישן פֿון די תּלמידים און שטערן די פּלענער פֿון בילדונג־רעפֿאָרמען. ווי אַ רעזולטאַט, פֿילן זיך די לערער אומפֿאַרזיכערט, ווײַל דער „נאַציאָנאַלער ראַט פֿון אַרבעט־באַציִונגען‟ (NLRB) — די מלוכישע אַגענטור, וואָס פֿאַרטיידיקט די אַרבעטער־רעכט — וויל זיך נישט אַרײַנמישן אין דער טעטיקייט פֿון די ייִדישע שולן. דעניס וואָלש, דער דירעקטאָר בײַם פּענסילוועניער אָפּטייל פֿונעם ראַט, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז הגם זײַן אָרגאַניזאַציע זאָגט זיך נישט אָפּ אויטאָמאַטיש צו העלפֿן די אַרבעטער פֿון פּריוואַטע רעליגיעזע אינסטיטוטן, קאָן זײַן אָרגאַניזאַציע אין אַ סך אַזעלכע פֿאַלן גאָרנישט טאָן.

די פֿירער פֿון די דערמאָנטע שולן, וווּ מע האָט לעצטנס אָפּגעשאַפֿן די פֿאַראיינען, האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו שמועסן מיט דער ייִט״אַ. די קריטיקער טענהן, אַז דער בײַט האָט איבערגעשראָקן די מיטאַרבעטער. איין לאַנג־אָניקער געניטער לערער פֿון דער באָסטאָנער „שול אויפֿן נאָמען פֿון שלמה שעכטער‟, וועלכער האָט געבעטן צו בלײַבן אַנאָנים, האָט באַמערקט, אַז די אַדמיניסטראַציע האָט אײַנגעפֿירט אַ נײַע סיסטעם, לויט וועלכער זי קאָן באַזײַטיקן די באַאַמטע אין יעדן מאָמענט, אָן קיין וואָרענונג. די באַאַמטע זענען פֿאַרזאָרגט צוליב דעם אומזיכערן מצבֿ.

די קענגער פֿון פֿאַראיינען באַטאָנען, אַז זייער טעטיקייט העלפֿט אײַנצופֿירן בעסערע בילדונג־פּראָגראַמען און פּטור צו ווערן פֿון אומגעראָטענע לערער. האַרי בלום, דער סטראַטעגישער פֿאַרוואַלטער פֿאַר פֿינאַנציעלע ענינים בײַ דער אָרגאַניזאַציע „פּאַרטנערנשאַפֿט פֿאַר אויסגעצייכנטער ייִדישער בילדונג‟ (PEJE), האָט דערקלערט, אַז די אַנדערע עיקר־סיבה איז די עקאָנאָמישע. זינט 1998, איז די צאָל קאָנסערוואַטיווע „שעכטער־שולן‟ געפֿאַלן פֿון 63 ביז 39, און די צאָל תּלמידים — אויף 45 פּראָצענט. צוליב דעם, קאָנען די שולן מער נישט באַזאָרגן די באַאַמטע מיט די בענעפֿיטן און אָפּהיטן זייער אַמט־זיכערקייט.

דזשיל דזשייקאָבס, די אויספֿיר־דירעקטאָרין פֿון דער קאָנסערוואַטיווער מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציע „תּרועה‟, האָט באַמערקט, אַז על־פּי־הלכה טאָר מען נישט אָפּנעמען בײַ די באַאַמטע דאָס רעכט צו שאַפֿן אַ פֿאַראיין. אַדרבה, טענהט זי, אַז די ייִדישע גײַסטיקע טראַדיציע פֿאַרטיידיקט גאַנץ קלאָר די רעכט פֿון די אַרבעטער.