ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

אַבֿרהם סוצקעווער
אַבֿרהם סוצקעווער

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published November 04, 2014, issue of November 21, 2014.

סוצקעווער אין Poetry Magazine

דער ליטעראַרישער זשורנאַל Poetry Magazine, אפֿשר דער סאַמע אָנגעזעענסטער אַמעריקאַנער פּאָעזיע־זשורנאַל, דרוקט איצט אַ ספּעציעלן נומער געווידמעט די דיכטער פֿון דער וועלט־ליטעראַטור. צווישן די פּאָעטן, וואָס ווערן פֿאָרגעשטעלט אינעם נומער איז אַבֿרהם סוצקעווער. אינעם נומער געפֿינען זיך זײַנע לידער „1981‟ (דאָס גרעזל פֿון פּאָנאַר), אין דער איבערזעצונג פֿון מאַיאַ איווראָנאַ, און „1974‟ (וואָסער געטראַנק זאָל איך געבן דער נאַכט זי זאָל וווּנדערן ווײַטער?) און „וואָס וועט בלײַבן?‟ אין דער איבערזעצונגען פֿון שלום בערגער. דער נומער אַנטהאַלט אויך עסייען פֿון ביידע איבערזעצערס וועגן סוצקעווער, ווי אויך די לידער, וואָס זיי האָבן איבערגעזעצט און זייער צוגאַנג צום איבערזעצן דיכטונג. די לידער און עסייען קען מען לייענען אויפֿן וועבזײַטל פֿון Poetry Magazine

פֿײַערלעכער אָוונט לכּבֿוד 50 יאָר „יוגנטרוף‟

דינסטיק, דעם 25סטן נאָוועמבער, וועט בײַם ניו־יאָריקער „ייִוואָ‟ פֿאָרקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט, לכּבֿוד דעם 50־יאָריקן יובֿל פֿון דער ייִדישיסטישער באַוועגונג „יוגנטרוף־יוגנט פֿאַר ייִדיש‟. עס וועלן רעדן גיטל־שעכטער ווישוואַנאַט, ד׳׳ר דוד ראָסקעס און יאַנקל פּרץ־בלום. אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועלן די „שעכטער טעכטער‟ און אַנדערע ספּעציעלע געסט זינגען לידער, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון „יוגנטרוף‟.

דער אָוונט הייבט זיך אָן 6 אַזייגער אין אָוונט מיט אַ כּיבוד און שמועס־שעה. די פּראָגראַם גופֿא הייבט זיך אָן 7 אַזייגער. בילעטן קען מען באַשטעלן פֿון פֿריִער דורך https://tix.smarttix.com/ אָדער קויפֿן בײַם אײַנטריט.

„ייִדישקייט לאָס־אַנדזשעלעס‟: אַ נײַ וועבזײַטל און נײַע איניציאַטיוון

די אָרגאַניזאַציע „ייִדישקייט לאָס־אַנדזשעלעס‟ האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט איר שפּאָגל־נײַ וועבזײַטל, וואָס ברענגט צונויף אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אָרגאַניזאַציע און אירע אַקטיוויטעטן מיט אירע פּאָפּולערע באַריכטן וועגן דער ייִדישער קולטור און געשיכטע, וואָס דערשײַנען טאָג־טעגלעך אויף „פֿייסבוק‟ און דערגרייכן טויזנטער לייענער.

צווישן די נײַע איניציאַטיוון, וואָס „ייִדישקייט‟ שטעלט איצט פֿאָר, איז אַ פּראָגראַם מיטן נאָמען Unbounded, וואָס וועט לערנען קינדער אין עלטער פֿון 10 ביז 16 יאָר וועגן דער ייִדישער קולטור, אירע פֿאַרבינדונגען מיט אַנדערע קולטורן אין לאָס־אַנדזשעלעס, און ווי אַזוי ייִדישקייט ווערט אָפּגעשפּיגלט אין פֿאַרשידענע באַוועגונגען לטובֿת דער סאָציאַלער גערעכטיקייט. די קלאַסן וועלן זיך טרעפֿן יעדן חודש אין צוויי באַזונדערע לאָקאַלן אין לאָס־אַנדזשעלעס. נאָך אינפֿאָרמאַציע: באַזוכט //www.yiddishkaytla.org/.