עס וואַקסט די צאָל תּלמידים אין די ייִדישע טאָגשולן

Number of Jewish Day School Students is Growing

אַ קלאַס אין דער „תּורה טאָגשול‟, אַן אָרטאָדאָקסישע שול אין פֿיניקס, אַריזאָנע
Courtesy Torah Day School
אַ קלאַס אין דער „תּורה טאָגשול‟, אַן אָרטאָדאָקסישע שול אין פֿיניקס, אַריזאָנע

פֿון אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published November 05, 2014, issue of November 21, 2014.

ניו־יאָרק. — במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿינף יאָר איז די צאָל תּלמידים אין די ייִדישע טאָגשולן געשטיגן מיט 12%, צום גרעסטן טייל — אין די חרדישע ישיבֿות, גיט איבער אַ נײַער צענזוס פֿון דער „אַבֿי־חי פֿונדאַציע‟. כּמעט 255,000 קינדער לערנען זיך הײַנט אין 861 ייִדישע טאָגשולן, אָנהייבנדיק פֿון דער פֿאָרשול ביזן צוועלפֿטן קלאַס.

די שטודיע, וואָס ווערט דורכגעפֿירט אַלע פֿינף יאָר זינט 1998־1999, האָט אַנטדעקט, אַז זינט דער לעצטער שטודיע, אין 2008־2009, זענען אויפֿגעקומען 59 נײַע שולן, און 26,437 נײַע תּלמידים.

די צאָל חסידישע תּלמידים איז געשטיגן מיט 110% זינט דעם ערשטן צענזוס מיט 15 יאָר צוריק, און אין די נישט־חסידישע חרדישע (מתנגדישע) שולן איז די צאָל קינדער געשטיגן מיט 60% זינט 1998־1999.

„די פֿראַגע איצט איז, צי וועט מען געפֿינען גענוג פֿינאַנציעלע און אַנדערע פּראַקטישע רעסורסן צו פֿאַרזיכערן, אַז די קינדער וועלן באַקומען אַ גוטע דערציִונג?‟ האָט געפֿרעגט מאַרווין שיק, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער שטודיע.

בערך 60% פֿון די תּלמידים אין די ייִדישע טאָגשולן זענען פֿון חרדישע משפּחות. אין די נישט־אָרטאָדאָקסישע טאָגשולן איז אָבער געפֿאַלן די צאָל תּלמידים. אין די רעפֿאָרם־טאָגשולן, למשל, לערנען זיך הײַנט 3,704 קינדער — 19% ווייניקער ווי מיט פֿינף יאָר צוריק. אין די „סאָלאָמאָן שעכטער־טאָגשולן‟ פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, געפֿינען זיך איצט 9,718 תּלמידים — 27% ווייניקער ווי מיט פֿינף יאָר צוריק; און אין די ליבעראַלע טאָגשולן, וואָס זענען נישט פֿאַרבונדן מיט קיין באַוועגונג, לערנען זיך 20,413 קינדער — 2% ווייניקער ווי פֿריִער.

די צאָל נישט־חרדישע אָרטאָדאָקסישע שולן (סײַ די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע, וווּ ייִנגלעך לערנען זיך צוזאַמען מיט מיידלעך, סײַ די צענטריסטיש־אָרטאָדאָקסישע, וווּ זיי לערנען זיך באַזונדער) איז מער־ווייניקער געבליבן די זעלבע ווי אין 1998: בערך 46,000 תּלמידים.

די גרעסטע צאָל ייִדישע טאָגשולן געפֿינט זיך אין ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי: 190,125 תּלמידים — בערך 75% פֿון דער גאַנצער טאָגשול־באַפֿעלקערונג. אויפֿן צווייטן אָרט געפֿינט זיך קאַליפֿאָרניע (15,270 תּלמידים), און נאָך איר — פֿלאָרידע (9,248), מערילאַנד (7,556) און אילינוי (5,248).