„שׂפֿה יהודית‟ איז דער טײַטש ייִדיש

Speaking Jewish? You mean Yiddish?

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 06, 2014, issue of November 21, 2014.

דער אימפּעראַטאָר יאָזעף דער צווייטער, וועלכער האָט נישט ליב געהאַט ייִדיש, האָט עס פֿאָרט אָנערקענט ווי די אייגנאַרטיקע שפּראַך פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין עסטרײַך
Wiki Commons
דער אימפּעראַטאָר יאָזעף דער צווייטער, וועלכער האָט נישט ליב געהאַט ייִדיש, האָט עס פֿאָרט אָנערקענט ווי די אייגנאַרטיקע שפּראַך פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין עסטרײַך

ווי ס׳איז באַקאַנט, קאָן יעדער מענטש רעדאַקטירן די אַרטיקלען אין דער „וויקיפּעדיע‟, די אָפֿענע אינטערנעץ־ענציקלאָפּעדיע, וואָס אַנטוויקלט זיך צוליב דער קאָלעקטיווער זעלבסט־אָרגאַניזאַציע פֿון די באַטייליקטע. נישט געקוקט אויף דעם כּמו־הפֿקרדיקן כאַראַקטער, באַקומט זיך דער אַלגעמיינער רעזולטאַט נישט ערגער, ווי די טראַדיציאָנעלע ענציקלאָפּיעס, וואָס ווערן געשאַפֿן דורך אַ פֿאַרמאַכטן קרײַז פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע מומחים.

עס ווײַזט אָבער אויס, אַז וואָס מער געבילדעטע מענטשן רעדן אויף אַ געוויסער שפּראַך אָדער זענען באַקאַנט מיט אַ געוויסער טעמע, אַלץ געשליפֿענער און פּינקטלעכער קומט אַרויס דער רעזולטאַט פֿון זייער קאָלעקטיווער רעדאַקציע — און פֿאַרקערט.

די וואָך האָב איך אַ ביסל פֿאַרבעסערט דעם אַרטיקל וועגן ייִדיש אין דער רוסישער וויקיפּעדיע, וווּ בײַם אָנהייב איז געווען דערקלערט די באַקאַנטע עם־הארצישע שיטה, לויט וועלכער ייִדיש איז בלויז אַ „דײַטשישער זשאַרגאָן‟. די מחברים האָבן זיך באַנוצט מיטן אומגעלומפּערטן אַרגומענט וועגן דעם נאָמען פֿון דער שפּראַך. כּלומרשט, האָבן די ייִדן ביזן פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט אַליין גערופֿן זייער לשון „טײַטש‟ אָדער „זשאַרגאָן‟, דערפֿאַר איז ייִדיש נישט קיין עכטע ייִדישע שפּראַך.

אַזאַ עקלדיקער אַרגומענט ווערט אויסגענוצט מצד די נאַציאָנאַליסטן פֿון פֿאַרשיידענע „גרויסע‟ אימפּערישע שפּראַכן. למשל, במשך פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, האָבן אַ סך אוקראַיִנישע קולטור־טוער גערופֿן זייער שפּראַך „קליין־רוסיש‟. דער אוקראַיִנישער קלאַסיקער טאַראַס שעווטשענקאָ האָט אינעם יאָר 1861 אַרויסגעגעבן אַן אוקראַיִנישן אַלף־בית פֿאַר קינדער; אויף דער הילע ווערט זײַן מאַמע־לשון געשילדערט ווי „דרום־רוסיש‟. דאָס האָט אָבער נישט געשטערט די אוקראַיִנער צו אַנטוויקלען זייער שפּראַך, הגם די שׂונאים באַטראַכטן זי נאָך אַלץ ווי אַ „רוסישן זשאַרגאָן‟.

די עלזאַסער ווייסן, אַז זייער שפּראַך איז אַ וואַריאַנט פֿון דײַטש, אָבער זיי אַליין רופֿן עס עלזאַסיש. די תּושבֿים פֿון בײַערן באַטראַכטן זייער שפּראַך ווי בײַעריש, וויסנדיק, אַז ס׳איז אַ דײַטשישער דיאַלעקט. ייִדן האָבן אויך געוווּסט, אַז זייער לשון־אַשכּנז געהערט צו דער זעלבער גערמאַניש־שטאַמיקער ספֿערע, ווי Deutsch, Dutch צי Diets. דאָס האָט זיי אָבער נישט געשטערט אָפּצוהיטן און אָפּצושאַצן זייער לשון.

אויפֿן שער־בלאַט פֿון דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון הרבֿ מנשה בן ישׂראלס ספֿר „מקווה ישׂראל‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אין אַמסטערדאַם אינעם יאָר 1691, שטייט געשריבן, אַז מע האָט עס איבערגעטײַטשט פֿון „לשון גויים אַשכּנזים‟ אויף „לשון יהודים אַשכּנזים‟. מיט 20 יאָר פֿריִער, האָט דער „וועד אַרבע אַרצות‟ געשילדערט ייִדיש אין איינעם פֿון זײַנע דאָקומענטן ווי „לשון־אַשכּנז, וואָס מענטשן ניצן‟.

דער גוייִשער דײַטש, הייסט עס, האָט פֿאַר די רבנים געקלונגען ווי עפּעס אַ מאָדנער וואַריאַנט פֿונעם „מענטשלעכן‟ היימישן מאַמע־לשון. פֿון זײַן צד, האָט דער דײַטשישער מיסיאָנער יאָהאַן כריסטאָף וואַגענזײַל אויך געטענהט, אַז ווען ייִדן רעדן, קומט עס אַרויס אינגאַנצן אומפֿאַרשטענדלעך, „ווי ריין לויטער העברעיִש‟. נאָך אינטערעסאַנטער האָט זיך אויסגעדריקט אַן אַנדער ייִדישער מחבר פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, צעטיילנדיק דעם ייִדישן „לשון־אַשכּנז‟ און דעם קריסטלעכן „לשון־אַלעמאַניע‟.

נאָך אינעם 13טן יאָרהונדערט האָבן די גערמאַניש־שפּראַכיקע ייִדן שוין באַטראַכט זייער לשון־אַשכּנז ווי זייער אייגענע שפּראַך — ווי מע זעט אין די אַלטע דאָקומענטן. דער נאָמען „ייִדיש‟ איז שוין געווען גענוג פֿאַרשפּרייט אינעם 17טן יאָרהונדערט, צוזאַמען מיט „טײַטש‟. עס זענען אָפּגעהיט געוואָרן פֿריִערדיקע דאָקומענטן, לויט וועלכע עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די שפּראַך האָט געהאַט דעם הײַנטיקן נאָמען נאָך אינעם 15טן יאָרהונדערט; זייער באַדײַט איז אָבער נישט אינגאַנצן קלאָר.

במשך פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט זיך איבער גאַנץ מיזרח־אייראָפּע דורכגעטראָגן אַ כוואַליע פֿון נאַציאָנאַלע באַוועגונגען. די אָרטיקע עטנישע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט ייִדן, האָבן באַשטימט די גענויע טערמאָנאָלאָגיע און גראַמאַטישע אייגנשאַפֿטן פֿון זייערע לשונות. אינעם פֿאַל פֿון רומעניש און מאָלדאַוויש — פֿאַקטיש פּונקט די זעלביקע שפּראַך — בלײַבן נאָך אַלץ חילוקי־דעות, וואָסערער נאָמען איז מער אויטענטיש; אַן אַנדער עלטערער טערמין, „וואַלאַכיש‟, איז בטל געוואָרן.

אָנהייב דעם 19טן יאָרהונדערט, האָבן זיך געוויזן חסידישע טעאָריעס, לויט וועלכע דער ייִדישער לשון־אַשכּנז איז אַ וויכטיקער טייל פֿון ייִדישקייט, וואָס האָט אַ גרויסע מיסטישע און אַפֿילו משיחישע ווערט. אין דער זעלבער צײַט, האָבן אַ טייל משׂכּילים בפֿירוש אָנערקענט עס אין זייערע העברעיִשע ווערק ווי „שׂפֿת יהודית‟ — די ייִדישע שפּראַך.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אינעם דאָזיקן אויסדרוק, קאָן מען באַמערקן אַן אינטערעסאַנטן און גאָר באַלערנדיקן פּאַראַדאָקס. איידער זיך צו טשעפּען צו די היסטאָרישע נעמען פֿון דער ייִדישער שפּראַך, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז ייִדן הייסן „יהודים‟ אויף לשון־קודש און, ממילא, אויפֿן מאָדערנעם העברעיִש. די שפּראַך גופֿע הייסט אָבער דאָך „עבֿרית‟, הגם אַזאַ פֿאָלק, ווי „עבֿרים‟, איז אין דער וועלט נישטאָ.

אַ פֿראַזע אויפֿן פֿריִיִקן ייִדיש, אַרײַנגעשריבן אינמיטן אַ לשון־קודשדיק וואָרט אינעם יאָר 1272. אין יענער צײַט, האָבן ייִדן שוין באַטראַכט זייער לשון־אַשכּנז ווי אַן אייגענע שפּראַך
Wiki Commons
אַ פֿראַזע אויפֿן פֿריִיִקן ייִדיש, אַרײַנגעשריבן אינמיטן אַ לשון־קודשדיק וואָרט אינעם יאָר 1272. אין יענער צײַט, האָבן ייִדן שוין באַטראַכט זייער לשון־אַשכּנז ווי אַן אייגענע שפּראַך

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אינעם תּנ״ך ווערט די אוראַלטע שפּראַך פֿון ייִדן אָנגערופֿן אָדער „לשון־כּנען‟, אָדער טאַקע „יהודית‟, אָבער קיינמאָל נישט „עבֿרית‟. דערצו, ווערט אין די ווערק פֿון יוסף בן־גוריון (פֿלאַוויוס) און אין דער קריסטלעכער ביבל אַראַמיש אויך צומאָל געשילדערט ווי „העברעיִש‟. אין די קלאַסישע ספֿרים ווערט לשון־קודש כּמעט קיינמאָל נישט באַטראַכט ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך אינעם מאַָדערנעם זין. אַדרבה, ס׳איז גיכער אַן איבערמענטשלעכע, קאָסמישע און אוניווערסאַלע שפּראַך פֿון די מלאכים און דעם רבונו־של־עולם אַליין.

רבי יהודה הלוי, דער גרויסער פּײַטן און דער מחבר פֿונעם קלאַסישן „ספֿר הכּוזרי‟, ווערט אַמאָל באַטראַכט ווי אַ מין פּראָטאָ־העברעיִסט. אין זײַן ספֿר לויבט ער די מעלות פֿון „לשון העבֿרית‟. ער האַלט אָבער, אַז ייִדן אין גלות האָבן פֿאַרגעסן דעם אָריגינעלן לשון־קודש, וואָס האָט געזאָלט האָבן אַ סך מער פֿאַרשיידענע רײַכע גראַמאַטישע פֿאָרמען און ווערטער — אַזוי ווי זײַן אייגן מאַמע־לשון — אַראַביש. ווי ס׳איז באַקאַנט, לכתּחילה האָט ער אָנגעשריבן זײַן ספֿר אויף אַראַביש. אַן אַנדער גרויסער ייִדישער חכם, רבי אַבֿרהם אבן־עזרא, האָט אויך געשריבן, אַז די לשונות פֿון תּנ״ך, תּרגומים און אַראַביש זענען אַמאָל געווען איין שפּראַך — דער עכטער פֿולער לשון־קודש.

דערצו, אַזוי ווי אַ ריי באַקאַנטע רבנים, האָט יהודה הלוי געהאַלטן, אַז ייִדן האָבן תּמיד געשמוסט אויף לשון־תּרגום. די בראשיתדיקע שפּראַך פֿון אָדם און חווה האָבן זיי באַקומען בירושה פֿון נחס אייניקל עבֿר, כּדי צו באַנוצן זיך דערמיט נאָר פֿאַרן דאַוונען און אַנדערע הייליקע צוועקן. בקיצור, איז לשון־קודש זיכער גאָר אַ טײַערער און צענטראַלער טייל פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, אָבער נישט אַ פֿאָלק־שפּראַך. שרײַבט אַרײַן אינעם „גוגל‟ די פֿראַזע „שׂפֿה יהודית‟ — וועט איר טרעפֿן אַ ריי אַרטיקלען וועגן ייִדיש, ווי אויך וועגן אַנדערע ייִדישע אומגאַנג־שפּראַכן. עס באַקומט זיך, אַז אַפֿילו אינעם הײַנטיקן העברעיִש, נישט געקוקט אויף די ביטערע שפּראַכן־מלחמות פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, האָט זיך אָפּגעהיט די אַסאָציאַציע פֿון ייִדן — יהודים — דווקא מיט ייִדיש.

מילא, שרײַב איך אַרײַן אין דער זוך־מאַשין אַן אַנדער וואַריאַנט פֿון דער זעלבער פֿראַזע, „לשון יהודית‟. דער ערשטער „לינק‟, וואָס דער „גוגל‟ לייגט פֿאָר, איז וועגן אַן אונטערנעמונג, געווידמעט די פּערסישע דיאַלעקטן פֿון ייִדן אין איראַן, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע יאָר צוריק אינעם תּל־אָבֿיבֿער מוזיי „בית־התּפֿוצות‟. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ווען מע זוכט אינפֿאָרמאַציע וועגן דער שפּראַך פֿון ייִדן אויף רוסיש, געפֿינט מען אויך אַ צאָל וועבזײַטן פֿון די קאַווקאַזישע ייִדן, וואָס רופֿן זייער איראַניש־פּערסיש לשון „דזשוהורי‟ — פֿונעם וואָרט „דזשוהוראָ‟, וואָס מיינט „ייִדן‟. אַן אַנדער אוראַלטע ייִדישע שפּראַך פֿונעם איראַנישן קורדיסטאַן, וואָס הייסט „הולאַולאַ‟ און שטעלט מיט זיך פֿאָר זייער אַן אייגנאַרטיקע מאָדערנע פֿאָרעם פֿון אַראַמיש, ווערט אַמאָל אויך באַצייכנט ווי „יהודיותא‟ — גאַנץ ענלעך צום לשון־קודשדיקן וואָרט „יהודית‟.

אַלע שפּראַכן אין דער וועלט זענען פּרײַזלאָזיקע אוצרות, וואָס מע מוז אָפּהיטן און אַנטוויקלען. ס׳איז זייער טרויעריק, אַז בלויז אַ געציילטע פּאָר ענטוזיאַסטן פֿאַרנעמען זיך הײַנט מיט באַרג־ייִדיש, לאַדינאָ אָדער ייִדישע דיאַלעקטן פֿון אַראַביש. אַזוי איז אָבער געשען, צוליב פֿאַרשיידענע היסטאָרישע סיבות, אַז בלויז אַרום ייִדיש איז אויפֿגעשטאַנען אַ מעכטיקע באַוועגונג, וואָס האָט עס דערקלערט ווי די נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון ייִדן.

בעת דער שפּראַכן־מלחמה אין ארץ־ישׂראל, האָבן די דערפֿינדער פֿונעם מאָדערנעם העברעיִש געפּרוּווט אײַנצופֿירן דאָס וואָרט „עבֿרי‟ ווי אַ באַצייכענונג פֿונעם נײַעם ציוניסטישן מין ייִד; דער טערמין איז אָבער נישט אָנגענומען געוואָרן
בעת דער שפּראַכן־מלחמה אין ארץ־ישׂראל, האָבן די דערפֿינדער פֿונעם מאָדערנעם העברעיִש געפּרוּווט אײַנצופֿירן דאָס וואָרט „עבֿרי‟ ווי אַ באַצייכענונג פֿונעם נײַעם ציוניסטישן מין ייִד; דער טערמין איז אָבער נישט אָנגענומען געוואָרן

מע וואָלט געקאָנט זאָגן, אַז די העברעיִסטן האָבן געשאַפֿן אַ שטאַרקערע אידעאָלאָגיע, מיט אַן עכטער אַרמיי און אַ פֿלאָט, ווי עס האָט זיך אַמאָל אויסגעדריקט מאַקס ווײַנרײַך. דער באַגריף „ייִדישע שפּראַך‟ אויפֿן מאָדערנעם העברעיִש גופֿא שיקט אָבער נאָך אַלץ אַוועק צו ייִדיש, און צומאָל אַזש ביז קורדיסטאַן. דער פּראָפֿעסאָר גלעד צוקערמאַן רופֿט דעם מאָדערנעם העברעיִש דווקא „ישׂראלי‟, און נישט „עבֿרית‟. אַזאַ נאָמען לייגט זיך טאַקע מער אויפֿן שׂכל; אויב די נײַע נאַציע הייסט ישׂראלים, זאָל זי רעדן אויף „ישׂראליש‟.

דאָס מיינט נישט, חלילה, אַז לשון־קודש און לשון־תּרגום זענען נישט קיין ייִדישע שפּראַכן. ווען אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער שיל זאָגט מען קדיש צי אַ קאַפּיטל תּהילים, קלינגט יעדעס וואָרט הונדערט פּראָצענט ייִדישלעך. אַדרבה, מע קאָן זאָגן, אַז דווקא צוליב ייִדיש און דעם קאָנטעקסט פֿון דער טראַדיציאָנעלער דרײַ־שפּראַכיקער ייִדישער קולטור, בלײַבן די קלאַסישע לשונות פֿון תּנ״ך און גמרא אַן אייביקער אינטעגראַלער טייל פֿון ייִדיש־לעבן.

די העברעיִסטן האָבן — צום באַדויערן, מיט גרויס הצלחה — געשטרעבט אונטערצוברענגען ייִדיש, שרײַענדיק „יהודי, דבר עבֿרית‟. צוליב דעם אידעאָלאָגישן פּלאָנטער, האָבן זיי אָבער אַליין צונויפֿגעשטעלט אַ סתּירותדיקע שפּראַכיקע קאָנסטרוקציע, לויט וועלכער די פֿראַזע „יהודי, דבר יהודית‟ מיינט דווקא דעם „גלותדיקן זשאַרגאָן‟, און „עבֿרי, דבר עבֿרית‟ האָט בכלל נישט קיין זין אינעם הײַנטצײַטיקן קאָנטעקסט.