„זאָגט עס אויף ייִדיש‟

Say It in Yiddish

יצחק באַשעוויס־זינגער (רעכטס) און מײַקל שייבאָן
יצחק באַשעוויס־זינגער (רעכטס) און מײַקל שייבאָן

פֿון לייזער בורקאָ

Published November 09, 2014, issue of December 05, 2014.

אין 1997 איז אינעם זשורנאַל „צי­וויליזאַ­ציע‟ דערשינען אַן אַרטיקל פֿונעם שרײַ­בער מײַקל שייבאָן אונ­טערן טיטל „וועגווײַ­זער פֿאַרן לאַנד פֿון רוחות‟. דאָרט רעדט ער אַרום דאָס באַקאַנטע פֿראַזעביכל „זאָגט עס אויף ייִדיש‟ (Say It In Yiddish), געשריבן פֿון אוריאל און בינה ווײַנרײַך און אַרויסגעגעבן פֿונעם דאָווער־פֿאַרלאַג אין 1958 — און נאָך אַלץ פּאָפּולער הײַנט, נאָך 56 יאָר. דער דאָזיקער אַרטיקל שייבאָנס האָט דעמאָלט געמאַכט אַ טומל צווישן די ייִדישיסטן — ווי מע קען נאָך לייענען אינעם אינטערנעץ־זשור­נאַל „מענ­דעלע‟ און אין דזשעפֿרי שאַנדלערס בוך „אַוואַנטורעס אין ייִדיש­לאַנד‟ — ווײַל מע האָט גע­פֿילט, און מסתּמא מיט רעכט, אַז שיי­באָן מאַכט אַ ביסל חוזק פֿון ייִדיש.

ער פֿרעגט, למשל, וווּ אין דער וועלט וואָלט מען געקענט ניצן די דאָזיקע פֿראַזעס וועגן טוריסטישע זאַכן — ס׳איז דאָך ניטאָ קיין „ייִדיש­לאַנד‟, וווּ דער האָטעל־באַ­דינער, דער באַן־קאָנדוקטאָר, דער שיפֿס־קאַפּיטאַן רעדן אַלע ייִדיש. דעריבער רופֿט ער דאָס ביכל „אַן אַבסורדער, טרויעריקער חפֿץ פֿון אַ לאַנד, וואָס האָט קיין מאָל ניט עקסיסטירט‟, „דאָס דאָזיקע לאַנד פֿון די ווײַנרײַכס איז ווי אַ פֿאַרחלומט פֿאַנטאַזיע־לאַנד‟.

האָבן זיך גלײַך געפֿונען פּאַט­ריאָטן אונ­דזערע, וואָס האָבן אַרײַנ­געשיקט בייזע בריוו אין דער רע­דאַק­ציע מיט טענות צו שייבאָנען, אַז ייִדיש רעדט מען ניט בלויז אין זײַן פֿאַנ­טאַ­זיע, נאָר אויך אויף דער וואָר — ממש הונ­דער­טער טויזנטער מענטשן. און אַז מע רעדט פֿון די 1950ער יאָרן, ווען דאָס ביכל איז אַרויס, זײַנען נאָך געווען מיליאָנען ייִדיש־רעדנדי­קע ייִדן איבער דער וועלט — אין ישׂראל, אין אַרגענטי­נע, אין אייראָפּע — וואָס האָבן ניט געקענט קיין ענגליש, וואָס אַזאַ ביכל וואָלט דעם טוריסט געקומען צו נוץ, כּדי זיך צו פֿאַר­שטענדיקן מיט זיי. פּראָפֿ’ דזשעפֿרי שאַנד­לער האָט דעמאָלט גערעדט מיט בינה ווײַנ­רײַך, וואָס האָט אים דערציילט וועגן דעם אַרויס­געבער פֿונעם ביכל, היי­וואַרד צירקער, דער גרינ­דער פֿון דאָ­ווער־פֿאַרלאַג, וואָס ס׳איז געווען זײַן אײַנפֿאַל אַרויסצוגעבן אַזאַ ביכל, ווי אַ סימן פֿון זײַן ליבשאַפֿט צו ייִדיש.

נעמענדיק אין באַטראַכט וואָס אונדזע­רע ייִדישיסטן האָבן גע­טענהט, איז טשיקאַווע צו לייענען אַ רע­צענ­זיע פֿונעם ביכל, גע­שריבן פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער און גע­דרוקט אין „פֿאָרווערטס‟ דעם 21סטן דעצעמבער 1958:

„אין אַנדערע שפּראַכן האָבן די רעדאַק­טאָרן נישט געהאַט קיין באַזונדערע שווע­ריקייטן. טוריסטן קומען, צום בײַשפּיל, קיין פֿראַנקרײַך און מוזן זיך פֿאַרשטענדיקן אויף פֿראַנצויזיש. עס זײַנען פֿאַראַן גע­נויע ווער­טער און אויסדרוקן פֿאַר אַלע קעגנשטאַנדן און סיטואַציעס וואָס דער דורכשניטלע­כער טוריסט שטויסט זיך אויף זיי אָן. גאַנץ אַנ­דערש איז מיט ייִדיש. וועלכער טו­ריסט קומט דאָס אין ‘ייִדיש־לאַנד?’ אין וועלכן פּאָסט־אָפֿיס, אין וועלכער באַנק רעדט מען דאָס מיט דעם טוריסט ייִדיש? דאָס גאַנצע ביכל טראָגט דעם כאַראַקטער פֿון ‘מעיק בעליוו’ [פֿאַנ­טאַזיע]. ווען די רעדאַק­טאָרן לאָזן רעדן דעם קלערק פֿון האָטעל ייִדיש צו דעם גאַסט און ער זאָגט אים: ‘זײַט אַזוי גוט און פֿאַרשרײַבט זיך אין האָטעל־פּינקס’, רופֿט עס אַרויס בײַם לייע­נער אַ בי­טער געלעכ­טער. ניש­טאָ אַזאַ קלערק, נישטאָ אַזאַ גאַסט. דער ‘האָטעל־פּינקס’ עקזיס­טירט בלויז אין דער פֿאַנטאַזיע פֿון אַ פֿילאָ­לאָג. פּונקט אַזוי מאָדנע קלינגט ווען דער פּאַסאַזשיר פֿאָדערט אַ ‘טראַנס­פֿע­ריר־בילעט’, אַ ‘סאָבוויי־מטבע’, ווען ער פֿרעגט: ‘צי איז פֿאַראַן אַן אויטאָ­בוס־דינסט צום פֿליפּלאַץ’—‘ווי קריג איך אַ פֿיר־לי­צענץ?’ אַ פֿיר־ליצענץ, ליבע לעזער, איז אַ דראַיווערס לאַי­סענס. ס׳איז נישט מײַן שולד וואָס איר פֿאַרשטייט בעסער דעם ענגליש ווי דעם ייִדיש.