יאַן קאַרסקיס קרובֿים ניט פֿאַרבעטן צו וואַרשעווער מוזיי־עפֿענונג

Jan Karski's Relatives Not Invited to Warsaw Museum Opening

יאַן קאַרסקי מיט זײַן פּלינעמיצע, ד״ר וויעשלאַוואַ קאָזשעלעווסקאַ־טשאַסקאַ (רעכטס), בעת דער פּובליקאַציע־שׂימחה לכּבֿוד דער פּוילישער איבערזעצונג פֿון קאַרסקיס בוך „געשיכטע פֿון אַ געהיימער מלוכה‟, אינעם „קעניגס פּאַלאַץ‟ אין וואַרשע, אָקטאָבער 1999
Jan Karski Family Archive
יאַן קאַרסקי מיט זײַן פּלינעמיצע, ד״ר וויעשלאַוואַ קאָזשעלעווסקאַ־טשאַסקאַ (רעכטס), בעת דער פּובליקאַציע־שׂימחה לכּבֿוד דער פּוילישער איבערזעצונג פֿון קאַרסקיס בוך „געשיכטע פֿון אַ געהיימער מלוכה‟, אינעם „קעניגס פּאַלאַץ‟ אין וואַרשע, אָקטאָבער 1999

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published November 09, 2014, issue of December 05, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

„פֿון דער פּוילישער טעלעוויזיע האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אַ פֿאָרשטייער פֿונעם פּוילישן אויסערן־מיניסטעריום וועט אָננעמען דעם מעדאַל, ווײַל ׳קאַרסקי האָט נישט קיין משפּחה׳. איך בין געבליבן געפּלעפֿט,‟ האָט קאָזשעלעווסקאַ־טשאַסקאַ געזאָגט.

פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ גיט איבער דעם „פֿרײַהייט־מעדאַל‟ לכּבֿוד יאַן קאַרסקי צום געוועזענעם פּוילישן אויסערן־מיניסטער, אַדאַם דאַניעל ראָטפֿעלד
White House YouTube Channel
פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ גיט איבער דעם „פֿרײַהייט־מעדאַל‟ לכּבֿוד יאַן קאַרסקי צום געוועזענעם פּוילישן אויסערן־מיניסטער, אַדאַם דאַניעל ראָטפֿעלד

שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס האָט מען אויף ביידע אונטערנעמונגען נישט פֿאַרבעטן קיין פֿאָרשטייער פֿון קאַרסקיס משפּחה? פּיאָטר קאָסאָבודסקי, דער צײַטווײַליקער וואָרטזאָגער פֿונעם מוזיי, האָט געהאַט אַ פּשוטן ענטפֿער: „קיינער האָט נישט אינפֿאָרמירט דעם מוזיי, אַז עס לעבן נאָך אַלץ נאָענטע קרובֿים זײַנע.‟

„עס וואָלט אונדז אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן צו עפֿענען די הויפּט־אויסשטעלונג אָן צו אָנערקענען קאַסקיס אופֿטוען, און דערפֿאַר האָבן מיר טאַקע פֿאַרבעטן פֿאָרשטייער פֿון דער ׳יאַן קאַרסקי דערציִונג־פֿונדאַציע׳,‟ האָט קאָסאָבודסקי געזאָגט.

די פֿונדאַציע, וואָס איז טעטיק סײַ אין פּוילן, סײַ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קריגט פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דער פּוילישער רעגירונג און איז איינע פֿון אַ צאָל אָרגאַניזאַציעס און יחידים, וואָס האָבן נאָמינירט קאַרסקי פֿאַרן „פּרעזידענטישן פֿרײַהייט־מעדאַל‟.

ד״ר מאַרעק יאַן כאָדאַקיעוויטש, אַ פּויליש־אַמעריקאַנער היסטאָריקער און מחבר פֿונעם בוך, „נאָכן חורבן: פּויליש־ייִדישע באַציִונגען ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה‟, האַלט, אַז דאָס נישט־פֿאַרבעטן די קרובֿים איז מסתּמא נישט געווען אַ בכּיוונדיקע אַקציע, נאָר גיכער אַ סימן, אַז די באַאַמטע האָבן זיך געפֿוילט אויסצוזוכן קאַרסקיס משפּחה־לײַט. „מיר זעט עס אויס ווי אַ טיפּישע ביוראָקראַטישע גלײַכגיליטיקייט, בפֿרט מצד דער פּוילישער רעגירונג,‟ האָט כאָדאַקיעוויטש באַמערקט.

„די קרובֿים האָבן זיך געפֿילט באַעוולט, ווײַל לויט זיי, דאַרף ׳יעדער איינער׳ וויסן, אַז עס לעבן נאָך אַלץ מענטשן פֿון דער קאָזשעלעווסקי־משפּחה,‟ האָט כאָדאַקיעוויטש דערקלערט. „אָבער אין דער אמתן, ווייסן עס בלויז יענע פֿון דער פּוילישער עליטע, וואָס האָבן נאָך געלעבט פֿאַר דער מלחמה. אין לאָדזש ווייסט מען יאָ וועגן זײַן משפּחה, ווײַל אינעם ׳לאָדזשער מוזיי׳ געפֿינט זיך אַ ׳יאַן קאַרסקי צימער׳ און אַ דענקמאָל, וואָס די משפּחה האָט געהאָלפֿן פֿינאַנצירן.‟ לאָדזש איז געווען קאַרסקיס געבוירן־אָרט.

ס׳איז אָבער אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז אין אַפּריל 2013, האָט דער „לאָדזשער מוזיי‟ געהאַט אַ חודש־לאַנגע אויסשטעלונג פֿון יאַן קאַרסקי, און אויף דער עפֿענונג איז דווקא יאָ בײַגעווען קאַרסקיס אַ שוועסטערקינד: יאַדוויגאַ לענאָך־בוקאָווסקאַ. אויב אַזוי, פֿאַר וואָס האָט דער מוזיי זיך נישט געפּרוּווט פֿאַרבינדן מיטן שוועסטערקינד, ווען מע האָט צונויפֿגעשטעלט די פֿאַרבעטונגען צום חנוכּת־הבית?