דײַטשלאַנד: הײַנט און מיט 25 יאָר צוריק

Germany: Looking Back After 25 Years

אַרײַנקוקנדיק אין יענער זײַט פֿונעם בערלינער מויער
Getty Images
אַרײַנקוקנדיק אין יענער זײַט פֿונעם בערלינער מויער

פֿון מיכאל ברענער (Forward)

Published November 09, 2014, issue of December 05, 2014.

דער פֿראַנצויזישער שרײַבער פֿראַנסואַ מאָריאַק האָט אַמאָל געזאָגט, אַז ער האָט זייער ליב דײַטשלאַנד, דערפֿאַר איז ער צופֿרידן, וואָס עס זענען פֿאַראַן אַזש צוויי לענדער מיט אַזאַ נאָמען. אין די 1970ער און 1980ער יאָרן האָב איך אויך אַזוי געטראַכט. דער בערלינער מויער האָט רעפּרעזענטירט פֿאַר די דײַטשישע ייִדן אַ סימן פֿון דרײַפֿאַכיקער זיכערהייט: די דײַטשן אַליין האָבן זיך געשעמט מיט דער נאַצי־געשיכטע; די סאָלדאַטן פֿון דעם געווינער־צד האָבן פּאַטרולירט דאָס לאַנד; און דער מויער גופֿא האָט פֿאַרזיכערט, אַז דײַטשלאַנד וועט קיינמאָל מער נישט ווערן אַ סכּנותדיקע איבערמעכטיקע אימפּעריע.

בערך 30,000 ייִדן האָבן געוווינט צום מערבֿ פֿונעם מויער. על־פּי־רובֿ, זענען זיי געווען פֿון דער שארית־הפּליטה, און האָבן זיך דאָרטן נישט געפֿילט באַקוועם. אַ סך פֿון זיי האָבן געוואָלט אַוועקפֿאָרן קיין אַמעריקע אָדער ישׂראל, אָבער געבליבן אין דײַטשלאַנד צוליב פֿאַרשיידענע סיבות, נאָר זייערע קינדער און אייניקלעך האָבן זיי אָפֿט אַוועקגעשיקט אין אויסלאַנד.

אין מיזרח־דײַטשלאַנד איז געווען גאָר אַן אַנדער מצבֿ. במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר פֿאַר סטאַלינס טויט, אין 1952־1953, האָט זיך אינעם סאָוועטישן בלאָק פֿאַרשפּרייט אַן אַנטיסעמיטישע אַטמאָספֿער. בלויז עטלעכע הונדערט ייִדן זענען געבליבן אינעם מיזרחדיקן טייל פֿונעם לאַנד; ס׳רובֿ אַנדערע זענען אַנטלאָפֿן אויף יענער זײַט פֿונעם מויער.

אַזוי ווי די אַנדערע דײַטשישע ייִדן, האָב איך געטראַכט: פֿאַרוואָס האָט מען באַשלאָסן אַראָפּצוברענגען דעם בערלינער מויער דווקא דעם 9טן נאָוועמבער? ס׳איז דאָך דער יאָרטאָג פֿון דער טרויעריק־באַרימטער „קרישטאָלנאַכט‟. אַגבֿ, אין דעם זעלבן טאָג, אינעם יאָר 1918האָט מען אויך דערקלערט די ערשטע דײַטשישע רעפּובליק; און היטלערס „ביר־פּוטש‟ איז דורכגעפֿאַלן דעם 9טן נאָוועמבער 1923. צי האָט מען נישט געקענט אויסקלײַבן אַ מער נייטראַלע דאַטע?

מיט אַ יאָר שפּעטער, האָבן די צוויי טיילן פֿונעם לאַנד זיך פֿאַראייניקט. אַ ריזיקע כוואַליע ייִדישע עמיגראַנטן האָט אָנגעהויבן פֿאַרלאָזן דעם צעפֿאַלענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַ מינדערהייט פֿון זיי, אָבער גאַנץ אַ גרויסע, האָט זיך באַזעצט אין דײַטשלאַנד, ווײַל די רעגירונג האָט זיי ספּעציעל פֿאַרבעטן און ברייטהאַרציק אויפֿגענומען.

איך בין אויפֿגעוואַקסן אין דער בײַערישער שטאָט ווײַדען. די קליינע ייִדישע קהילה האָט שוין געהאַלטן בײַם אונטערגיין. אין 1989, זענען בײַ אונדז געבליבן בלויז אַרום 30 ייִדן, על־פּי־רובֿ עלטערע לײַט. אין עטלעכע יאָר אַרום זענען אָבער אָנגעקומען איבער 300 נײַע ייִדישע אימיגראַנטן. צום ערשטן מאָל נאָך צענדליקער יאָר האָט זיך אין ווײַדען געעפֿנט אַ שטענדיקע שיל מיט אַן אייגענעם רבֿ. אין די אַנדערע שטעט איז דער בײַט געווען נאָך בולטער; אין מינכן, דיסעלדאָרף, האַנאָווער און אַ ריי אַנדערע ערטער וווינען הײַנט אַפֿילו מער ייִדן, ווי פֿאַר די 1930ער יאָרן.

ווער וואָלט געטראַכט מיט 25 יאָר צוריק, אַז דײַטשלאַנד וועט ווערן דאָס איינציקע לאַנד, אַחוץ ישׂראל, וווּ די ייִדישע קהילה וועט האַלטן אין איין וואַקסן און צעבליִען זיך? לעצטנס, האָבן זיך אין בערלין באַזעצט אויך מער ווי 20,000 ישׂראלים, און דאָרטן געשאַפֿן אַן אייגענע העברעיִש־שפּראַכיקע סבֿיבֿה.

ס׳איז שווער פֿאָרויסצוזאָגן די צוקונפֿט פֿונעם דאָזיקן פּראָצעס. הײַנט מערקט מען אָפּ דעם 25סטן יוביליי נאָכן קראַך פֿונעם בערלינער מויער. ווי אַן אויסטערלישע איראָניע פֿון געשיכטע, איז דעם זעלבן טאָג, מיט 51 יאָר צוריק, אויסגעבראָכן דער ריזיקער פּאָגראָם, אַ פּרעלודיע צו דעם חורבן. אַזוי צי אַזוי, זענען ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדן אין דײַטשלאַנד, וואָס זייער באַפֿעלקערונג באַטרעפֿט הײַנט מער ווי 200,000 נפֿשות, טאַקע צופֿרידן, אַז די צעטיילונג איז בטל געוואָרן.