נײַער דירעקטאָר פֿון „איי־די־על‟, יונתן גרינבלאַט

New Chief of ADL, Jonathan Greenblatt

יונתן גרינבלאַט
ADL
יונתן גרינבלאַט

פֿון נתן גאָטמאַן (Forward)

Published November 09, 2014, issue of December 05, 2014.

וואַשינגטאָן. — די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟ („איי־די־על‟) האָט לעצטנס אויסגעקליבן אַ יונגן געזעלשאַפֿטלעכן טוער און אונטערנעמער פֿאַר איר נײַעם עקזעקוטיוו־דירעקטאָר, פֿאַרבײַטנדיק אייב פֿאַקסמאַן, וועלכער וועט זיך צוריקציִען פֿון דער פּאָזיציע אין יולי 2015.

דער 43־יאָריקער יונתן גרינבלאַט דינט איצט ווי אַ ספּעציעלער געהילף פֿאַר פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, וווּ ער אַרבעט צו שאַפֿן אַ גרעסערע שותּפֿות צווישן פּריוואַטע פֿירמעס און נישט־פּראָפֿיט אָרגאַניזאַציעס.

דאָס באַשטימען גרינבלאַט איז אַ גרויסע ענדערונג פֿאַר דער „איי־די־על‟, וואָס איז אונטער פֿאַקסמאַנס השגחה געוואָרן דאָס הויפּט־קול פֿון לאַנד, וואָס שייך אַנטיסעמיטיזם און ראַסיזם. די אָרגאַניזאַציע איז אויך באַקאַנט ווי איינע פֿון די שטאַרקסטע פֿאַרטיידיקער פֿון מדינת־ישׂראל.

„גרינבלאַט וועט זײַן אַ גרויסע מעלה פֿאַר דער ׳איי־די־על׳,‟ האָט באַמערקט דזשאַראָד בערנסטין, וועלכער האָט געאַרבעט מיט גרינבלאַט אינעם „ווײַסן הויז‟. „ער איז זייער קלוג, און קען זיך גוט אויס אויף די נײַסטע טעכנאָלאָגישע מכשירים. ער פֿאַרשטייט, אַז די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס וועלן זיך מוזן בײַטן, אויב זיי ווילן בלײַבן רעלעוואַנט.‟

פֿאַקסמאַן, איינער פֿון די שארית־הפּליטה, האָט זײַן גאַנצע קאַריערע, געווידמעט דעם ייִדישן אָרגאַניזאַציאָנעלן לעבן אין אַמעריקע. גרינבלאַט, אַן אייניקל פֿון אַ לעבן־געבליבענעם פֿון חורבן, האָט אויך אַן אינטערעס אינעם ייִדישן לעבן, אָבער אין זײַן קאַריערע פֿאָקוסירט ער זיך אויך אויף ברייטערע געזעלשאַפֿטלעכע צוועקן.

מיט יאָרן צוריק, בשעת זײַנע גראַדויִר־שטודיעס אין „טאָפֿטס־אוניווערסיטעט‟, האָט גרינבלאַט שוין געאַרבעט ווי אַ פּראַקטיקאַנט בײַ דער „איי־די־על‟. ער האָט דעמאָלט זיך ערשט געהאַט אומגעקערט פֿון שטודירן אין אייראָפּע, וווּ ער האָט באַזוכט אַ צאָל קהילות, וואָס זענען נאָך פֿאַרבליבן אין דײַטשלאַנד און אונגערן, פֿון וואַנען זײַנע אָבֿות זענען אַנטלאָפֿן. „כ׳האָב זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע, מיטן ציל צו טאָן אַלץ וואָס איך קען צו באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם און דינען מײַן פֿאָלק, דעם ייִדישן פֿאָלק,‟ האָט ער געזאָגט.

אין צווישנצײַט האָט גרינבלאַט אָנגעהויבן אַרבעטן אין גרונט־מיסחר און שפּעטער געגרינדעט אַ געשעפֿט, Ethos Brands, וואָס האָט פֿאַרקויפֿט פֿלעשער פֿריש וואַסער, און האָט געשאָנקען אַ טייל פֿונעם רווח צו פּראָגראַמען, פֿאַרבונדן מיט וואַסער־רייניקונג. די פֿירמע איז שפּעטער פֿאַרקויפֿט געוואָרן צו „סטאַרבאָקס‟ און גרינבלאַט איז געוואָרן אַ וויצע־פּרעזידענט פֿון דער ריזיקער קאַווע־פֿירמע.

גרינבלאַטס פֿרוי, מאַרדזשאַן קיפּור־גרינבלאַט, איז אַן איראַניש־ייִדישע טאָכטער, וועלכע האָט מיט איר משפּחה געמוזט פֿאַרלאָזן איר היימלאַנד נאָך דער איסלאַמישער רעוואָלוציע. איר געשיכטע דערמאָנט אים כּסדר, אַז אַנטיסעמיטיזם איז עד־היום אַ גלאָבאַלע פּראָבלעם.

„באַקעמפֿן אָט די מגפֿה, און פֿאַרטיידיקן די רעכט פֿון אַלע מענטשן, איז נישט בלויז אַן אינטעלעקטועלע טעטיקייט בײַ מיר, נאָר זייער אַ פּערזענלעכע,‟ האָט ער געזאָגט.