„קײן האָניק װעלן מיר דערװײַל ניט לעקן‟

"There Will Be Rough Times Ahead"

באָבע וואַנגע
באָבע וואַנגע

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published November 12, 2014, issue of December 05, 2014.

יעדע גרױסע איבערגאַנג־תּקופֿה אין דער געשיכטע צײכנט זיך אױס מיט אַן אינטערעסאַנטער געשעעניש אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן: עס הײבט אָן װאַקסן די צאָל כּלערלײ פֿאָרױסזעער, כּישוף־מאַכער און סתּם פֿעיִקע שאַרלאַטאַנען. אין אונטערשײד פֿון די פֿריִערדיקע איבערגאַנג־תּקופֿות װערט באַגלײט די לעצטע תּקופֿה מיט אַ גאַנצער אַרמײ פֿון די גאָר פֿעיִקע באַהעלפֿער־זשורנאַליסטן; יעדער קרעכץ פֿון דעם אָדער אַנדערן כּישוף־מאַכער װערט צעבלאָזן איבער דער װעלט מיט אַ ליכט־שנעלקײט, און פֿאַרטשאַדעט נאָך מער די שװאַכע געהירן פֿון די הילפֿלאָזע בשׂר־ודמס.

די אַנטװיקלונג פֿון די בליץ שנעלע קאָמוניקאַציע־מיטלען, װי אױך די נטיה פֿון די מענטשן צו זען „דאָס געטלעכע‟ דאָרטן, װוּ די געטלעכקײט האָט אַפֿילו ניט גענעכטיקט, דאָס אַלץ מאַכט זײער שנעל דעם פּראָצעס פֿון אױסקלײַבן און „פֿאַרגעטערן‟ אַ כאַריזמאַטישן „פֿאָרױסזעער‟. און װאָס אומקלאָרער און אומזיכערער עס װערט די סיטואַציע אױף דער װעלט, אַלץ שטאַרקער װערט דאָס גלױבן אין אַ געװיסן „גאָטס־מענטש‟, און אַלץ שטאַרקער װערט זײַן השפּעה אױף די שוצלאָזע נשמות. אַ װאַקלדיקע און אַ שװאַכע נשמה קען ניט באַשיצן ניט דער אויסגעצייכנטער דיפּלאָם פֿון האַרװאַרד און ניט די פּרימיטיװע סאָכע.

עס װײַזט אױס, אַז דער אײבערשטער האָט אױסגעקליבן די באַלקאַנען ניט נאָר כּדי פֿון דאָרטן זאָל זיך אָנהײבן דער ערשטער װעלטקריג אין דער געשיכטע פֿון דער וועלט, נאָר אױך דאָרטן איז געבױרן געװאָרן, האָט געלעבט און געזאָגט „נבֿואות‟ די סאַמע באַרימטסטע פֿאָרױסזעערין פֿון דער לעצטער תּקופֿה — די באָבע װאַנגע. ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז געבױרן איז זי ניט װי אַ באָבע, נאָר װי אַן אײנפֿאַך מײדל מיט אַן אײנפֿאַכן קריסטלעכן נאָמען, װאַנגעליאַ; און עס קען זײַן, אַז זי װאָלט געהאַט דעם זעלבן ביטערן פּױערישן גורל, פּונקט אַזױ װי אירע עלטערן, נאָר אײן מאָל, אין יאָר 1923, װען װאַנגעליאַ איז געװען צװעלף יאָר אַלט, האָט זי געטראָפֿן אַן אומגליק — בעת אַ שרעקלעכן זומער־געװיטער האָט אַ האַסטיקער װינט זי אומגעװאָרפֿן אױף דער ערד און דער זאַמד האָט פֿאַרשטאָפּט אירע אױגן. אַזױ, באַדעקט מיט צװײַגן, זאַמד און בלאָטע, איז זי אָפּגעלעגן צװײ מעת־לעתן, ביז מע האָט זי געפֿונען און אומגעקערט צום לעבן, אָבער די ראיה האָט זי, נעבעך, פֿאַרלױרן אױף אײביק.

מיט יאָרן שפּעטער האָבן די מענטשן אַ ביסל „באַפּוצט‟ אָט די־אָ טרױעריקע געשעעניש און צוגעגעבן דעם אומגליק אַ „געטלעכן צײכן‟ — ניט דאָס זאַמד האָט בלינד געמאַכט דאָס מײדל, נאָר אַ בליץ פֿון הימל האָט געטראָפֿן אין אירע אױגן; די הימלען אַלײן האָבן צוגענומען בײַם מײדל די מעגלעכקײט צו זען די קעגנװאַרט, אָבער באַשאָנקען זי מיט דער פֿעיִקײט צו „זען‟ די צוקונפֿט, און לײענען די גורלות פֿון מענטשן און לענדער.