ירידה פֿון מעסיקער ייִדישקייט — אַ מעגלעכע לייזונג

The Shrinking Jewish Middle - and How to Expand It

מע לייענט תּורה אין „עדת ישׂראל‟, אַ קאָנסערוואַטיווע שיל אין וואַשינגטאָן
Courtesy Adas Israel
מע לייענט תּורה אין „עדת ישׂראל‟, אַ קאָנסערוואַטיווע שיל אין וואַשינגטאָן

פֿון סטיווען מ. כּהן און דזשעק ווערטהײַמער (ייִט״אַ)

Published November 12, 2014, issue of December 05, 2014.

ניו־יאָרק. — בעת די ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע טרעפֿן זיך די וואָך לכּבֿוד זייער יערלעכער פֿאַרזאַמלונג, איז אַ הויפּטטעמע בײַ די באַטייליקטע די שאַרפֿע ירידה פֿון די „מעסיקע‟ אַמעריקאַנער ייִדן (קאָנסערוואַטיווע און רעפֿאָרם, למשל), וועלכע זענען אַקטיוו אין, אָדער גיבן געלט צו ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.

הגם די אָרטאָדאָקסישע קהילות האַלטן אין איין וואַקסן, פֿאַלט כּסדר די צאָל נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן, וואָס נעמען אָנטייל אינעם ייִדישן לעבן — בפֿרט בײַם ייִנגערן דור. אין פֿאַרגלײַך מיט די נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן צווישן 50 און 69 יאָר, זענען די ייִדן צווישן 30 און 49 יאָר אַ סך ווייניקער גענייגט בײַצושטײַערן פֿאַר ייִדישע צוועקן, אָדער צו באַלאַנגען צו אַ שיל אָדער ייִדישער אָרגאַניזאַציע. ווייניק פֿון זיי פֿילן אַ נאָענטשאַפֿט מיט ישׂראל; האָבן נאָענטע ייִדישע פֿרײַנד, אָדער פֿילן אַ שײַכות מיט זייער ייִדישער אידענטיטעט בכלל.

צום טייל, איז עס, ווײַל דער ייִנגערער דור ייִדן איז פּשוט קלענער אין צאָל ווי דער עלטערער. עס לעבן הײַנט בערך 1.8 מיליאָן ייִדן צווישן 50 און 69 יאָר, אָבער בלויז 1.2 מיליאָן ייִדן צווישן 30 און 49 יאָר, צוליב דעם וואָס די נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָבן פּשוט אַ סך ווייניקער קינדער ווי די פֿריִערדיקע דורות.

צווייטנס, האַלט אין איין וואַקסן בײַ די נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן די צאָל געמישטע חתונות. בײַ די, וועלכע זענען דערצויגן געוואָרן ווי רעפֿאָרם־ייִדן, האַלט עס שוין בײַ 80%. דאָס איז אַ שלעכטע ידיעה פֿאַר די פֿעדעראַציעס און אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, ווײַל במילא וועלן בלײַבן ווייניק ייִדן, וואָס גיבן זיי נדבֿות. הגם די פֿעדעראַציעס האָבן דערווײַל באַוויזן צו זאַמלען היפּשע פֿאָנדן, איז עס בלויז דערפֿאַר, ווײַל זיי בעטן בײַ די זעלבע עטלעכע פֿאַרמעגלעכע לײַט. די צאָל אַלגעמיינע מנדבֿים איז הײַנט מיט אַ דריטל קלענער ווי ס׳איז געווען אין יאָר 2000.

אויב מיר ווילן פֿאַרזיכערן אַ צוקונפֿט פֿון די „מעסיקע‟ ייִדן — די וועלכע זענען נישט קיין אָרטאָדאָקסן, אָבער אויך נישט אין גאַנצן אַסימילירט געוואָרן — וועט מען מוזן אויסגעבן מער געלט זיי אָנצוהאַלטן. ווי אַזוי? במשך פֿון די לעצטע צענדליקער יאָרן האָבן אַ ריי שטודיעס אָנגעוויזן, אַז עס זענען דאָ דרײַ מיטלען ווי צוצוציִען ייִדן צו דער ייִדישער קהילה:

ערשטנס, דאַרף מען פֿאַרגרעסערן די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע נעץ, וואָס פֿאַרבינדט איין ייִד מיט אַ צווייטן. צווייטנס, דאַרף מען שאַפֿן פּראָגראַמען מיט אַ רײַכן ייִדישן אינהאַלט, כּדי צו ווײַזן די פּאָטענציעלע אַקטיווע ייִדן ווי אַזוי אַ נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט דער קהילה קאָן באַרײַכערן זייער אייגן לעבן. דריטנס, דאַרף מען גרינדן גרופּעס פֿון ייִדן, וועלכע מאַכן דורך ענלעכע שוועריקייטן, כּדי זיי זאָלן קענען גיבן איינער דעם צווייטן עמאָציאָנעלע שטיצע.

אָבער דער עיקר איז, אַז די פֿעדעראַציעס און אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זאָלן ממשותדיק אינוועסטירן אין ייִדישער דערציִונג פֿאַר דער יוגנט: באַשטימען אַ סך מער פֿאָנדן פֿאַר די טאָגשולן, זומער־לאַגערן (סײַ די טאָג־לאַגערן, סײַ די טאָג־און־נאַכט לאַגערן), נסיעות קיין ישׂראל, די יוגנט־באַוועגונגען, „הילל‟ און אַנדערע ייִדישע גרופּעס אויף די קאָלעדזש־קאַמפּוסן, און פֿאַרשידענע פּראָגראַמען פֿאַר ייִדן אין די 20ער און 30ער, וואָס גייען אָן כּסדר, אַנשטאָט בלויז אַן איין־מאָליקע געשעעניש.

די האָפֿענונג איז, אַז ווען די יונגע ייִדן וועלן זיך באַטייליקן אין פֿאַרשידענע ייִדישע אַקטיוויטעטן, וועט זיך אַנטוויקלען בײַ זיי אַ נאַטירלעכע סאָציאַלע נעץ פֿון ייִדישע פֿרײַנד.

ביז איצט האָבן די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס געטאָן אַ סך צו ראַטעווען די פֿאַראָרעמטע ייִדישע קהילות איבער דער וועלט, וואָס געפֿינען זיך אין אַ סכּנה פֿון אונטערגאַנג. איצט דאַרפֿן זיי אויסניצן די זעלבע כּוחות ווידער אויפֿצובויען די באַדראָטע „מעסיקע‟ ייִדישע באַפֿעלקערונג דאָ אין דער היים.