ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published November 12, 2014, issue of December 05, 2014.

אין שטאָט בריאַנסק ווערט געעפֿנט אַ קהילה־צענטער

די וואָך האָט דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין רוסלאַנד (חב״ד) אַלכּסנדר באָראָדאַ באַזוכט בריאַנסק — אַ שטאָט אין מערבֿ־רוסלאַנד, וווּ עס וווינען אַרום 5,000 ייִדן. דאָרטן האָט ער זיך געטראָפֿן מיטן בריאַנסקער גובערנאַטאָר אַלעקסאַנדער באָגאָמאַז. די בריאַנסקער געגנט האָט אַ רעלאַטיוו גרויסע ייִדישע קהילה, עס זײַנען דאָרטן דאָ שטעטלעך, וווּ עס האָבן זיך פֿאַרהיט אויטענטישע קהילות נאָך פֿון פֿאַר דער מלחמה! ס’איז אַ חידוש, וואָס רעליגיעז און געזעלשאַפֿטלעך האָט דאָס ייִדישע לעבן דאָרטן זיך אָנגעהויבן נאָר וואָס צו אַנטוויקלען: ערשט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט איינער פֿון די ייִדישע מעצענאַטן געקויפֿט דעם היסטאָרישן בנין פֿון דער שיל און אים געשענקט דער קהילה. אַנומלט האָט זיך דאָרטן געעפֿנט אַ קהילה־צענטער, און מע פּלאַנירט צו עפֿענען אויך אַ מוזיי.

אַ לעקציע וועגן ייִדישער מאָדערנער פּאָעזיע

דאָס קולטורעלע לעבן אויף דער ייִדישער גאַס אין מאָסקווע איז די וואָך געווען פֿאַרבונדן מיט ייִדיש. מיטוואָך, דאָנערשטיק און פֿרײַטיק האָט דער צענטער פֿון תּנ״כישע און ייִדישע לימודים בײַם רוסלענדישן מלוכישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט אײַנגעלאַדן דעם ברייטן עולם אויף אַ סעריע רעפֿעראַטן וועגן דער דיכטונג פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם. די רעפֿעראַטן האָט געהאַלטן דער באַקאַנטער פֿאָרשער (עטנאָגראַף און פֿילאָלאָג) און איבערזעצער וואַלערי דימשיץ, וואָס איז ספּעציעל געקומען פֿון פּעטערבורג. די רייד איז געגאַנגען וועגן מאָדערניסטישע פּאָעטן, וואָס האָבן געשטאַמט פֿון רוסלאַנד אָדער גאַליציע, אָדער זענען באַרימט געוואָרן שוין אין אויסלאַנד, קודם־כּל, אין אַמעריקע. מען האָט אַנאַליזירט עטלעכע לידער פֿון „די יונגע‟ — מאַני לייב, משה־לייב האַלפּערן, ה. לייוויק, ווי אויך פֿון איציק מאַנגערן און אַבֿרהם סוצקעווערן.

אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ייִדיש זיך גערעכנט פֿאַר „אַ שפּראַך פֿון סאָוועטישע פֿעלקער‟ — און די דאָזיקע דעפֿיניציע האָט באַגרענעצט די פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער סאָוועטישער לייענער האָט געקענט די ייִדישע ליטעראַטור, וואָס איז אַרויס פֿאַר דער רעוואָלוציע, אָדער בלויז די סאָוועטישע ליטעראַטור מיט זייער ווייניק אויסנאַמען (למשל, אין 1966 איז אין מאָסקווע אַרויס אַ זאַמלבוך פֿון שלום אַשס דערציילונגען אין דער רוסישער איבערזעצונג). די ייִדישע ליטעראַטור פֿונעם 20סטן י״ה, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין אַמעריקע אָדער אין אייראָפּע, האָט מען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד ניט געדרוקט — ניט אויף ייִדיש און ניט אויף רוסיש. וואַלערי דימשיץ איז דווקא דער מענטש, וואָס האָט מיט אַ יאָר 15 צוריק איניציִיִרט אַ גרויסן אויפֿטו פֿון איבערזעצן ייִדישע מאָדערניסטישע און אַוואַנגאַרדיסטישע דיכטער און פּראָזאַיִקער אויף רוסיש; און עס זענען שוין אַרויס אַ פּאָר צענדליק ביכער.

ייִדיש און דײַטש: צווישן־באַציִונגען פֿון ביידע שפּראַכן

Simon Parizhsky

דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט זונטיק אָרגאַניזירט אַ לעקציע מיטן נאָמען „ייִדיש און דײַטש: די וואַלפֿאַרוואַנדשאַפֿטן‟. די לעקציע, אָנגערופֿן מיטן נאָמען פֿון געטעס ראָמאַן, איז געווען געווידמעט דער טעמע, ווי אַזוי די רעדער פֿון דײַטש האָבן זיך באַצויגן צו ייִדיש, און פֿאַרקערט; וועלכע מינים באַציִונגען צו דײַטש קען מען געפֿינען אינעם ייִדישן לינגוויסטישן געדאַנק? ווי אַזוי מאַכט מען נאָך ייִדיש אין דער דײַטשער ליטעראַטור, און דײַטש — אין דער ייִדישער ליטעראַטור? וואָסערע ייִדישע ווערטער זענען אַרײַן אין דײַטש או.אַ.וו.

כּשר אײַזקרעם אין רוסלאַנד

און נאָך אַ ידיעה פֿון מאָסקווע — פֿון דער וועלט פֿון כּשרות. די מאָסקווער פֿאַבריק „באַסקין ראָבינס‟, וואָס פּראָדוצירט אײַזקרעם, האָט אָנגעהויבן פּראָדוצירן כּשרן אײַזקרעם, מיט וואַניל און מיט שאָקאָלאַד, און סאָרבעט פֿון יאַגדעס. דער גאַנצער פּראָצעס — פֿון מעלקן קי ביז אײַנפּאַקן — ווערט באַוואַכט פֿון משגיחים. די פּראָדוקציע איז שוין צוגענגלעך אין געוויינטלעכע קראָמען פֿון מאָסקווע, פּעטערבורג און עטלעכע אַנדערע שטעט.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.