דרײַ ווענעדיקער שילן און מוזיי ווערן רעסטאַוורירט

Venice Jewish Museum, Three Synagogues to Be Refurbished

איינער פֿון די שיל־בנינים אין ווענעדיק
Wiki Commons
איינער פֿון די שיל־בנינים אין ווענעדיק

פֿון ייִט״אַ

Published November 13, 2014, issue of December 05, 2014.

דער ייִדישער מוזיי אין ווענעדיק און דרײַ פֿון די פֿינף אָרטיקע היסטאָרישע שילן וועלן באַקומען 12 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר זייער רעמאָנט. אינעם יאָר 2016 פּלאַנירט מען דורכצופֿירן אַ סעריע אונטערנעמונגען צוליב דעם 500סטן יוביליי, זינט די ייִדישע געטאָ איז געגרינדעט געוואָרן אין דער שטאָט. מע פּלאַנירט צו פֿאַרענדיקן דעם רעמאָנט פֿאַר די דאָזיקע אָנדענק־אונטערנעמונגען.

מאָנטיק, דעם 10טן נאָוועמבער, האָט דער „ווענעדיקער ירושה־ראַט‟, אַן אינטערנאַציאָנאַלע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציע, איבערגעגעבן וועגן דעם שטיצע־פּראָיעקט. דזשאָזעף סיט, דער פֿאָרזיצער פֿון דער אָרגאַניזאַציע, און זײַן פֿאַרטרעטערין, דיאַנע פֿאָן פֿורשטענבערג, אַ בערגיש־געבוירענע ייִדישע דיזײַנערין פֿון מאָדעס, וואָס איר מאַמע האָט איבערגעלעבט אוישוויץ, וועלן אָנפֿירן מיטן זאַמלען געלט. רענאַטאַ קאָדעלאָ, די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם אָרטיקן אָפּטייל בײַם איטאַליענישן קולטור־מיניסטעריום, וואָס פֿירט אויס די „אונעסקאָ‟־פּראָגראַם אין ווענעדיק, וועט האַלטן אַן אויג אויף די רעסטאַווראַציע־אַרבעטן.

דער „ראַט‟ האָט דערקלערט, אַז די סומע פֿון 12 מיליאָן דאָלאַר וועט אויסגענוצן ווערן, כּדי צו פֿאַרריכטן און פֿאַרפֿעסטיקן די ווענט און אַנדערע סטרוקטורן אין די בנינים, צו רעסטאַוורירן די באַגילדעטע הילצערנע פּאַנעלן מיט תּנ״כישע רעליעף־באַצירונגען, און זעקס פֿאַרשיידענע אַנדערע אַרכיטעקטור־ און באַצירונג־עלעמענטן, וואָס מע האָט נישט רעמאָנטירט, ווי געהעריק, במשך פֿון אַ האַלב טויזנט יאָר.

טאָטאָ בערגאַמאָ ראָסי, דער דירעקטאָר פֿונעם ווענעדיקער „ירושה־ראַט‟, האָט צוגעגעבן, אַז אַחוץ דעם רעמאָנט, פּלאַנירט מען דורכצופֿירן גרויסע פֿאַרברייטערונגען און פֿאַרבעסערונגען פֿונעם מוזיי, וועלכער איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1953 און געפֿינט זיך אינעם סאַמע צענטער פֿון דער געוועזענער ייִדישער געטאָ, וווּ די אָרטיקע ייִדישע קהילה איז געווען פֿאַרשפּאַרט זינט 1516. צוויי שילן פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, וואָס מע קלײַבט זיך צו רעסטאַוורירן, פֿונקציאָנירן נאָך אַלץ, און געפֿינען זיך אין די צוויי אייבערשטע שטאָקן פֿון אַלטע בנינים, וואָס פֿון דרויסן זעען אויס גאַנץ פּשוט. אינעווייניק, אָבער, זענען זיי באַצירט מיט פּרעכטיקע אָרנאַמענטן, ענלעך צו טײַערע אַדלשטיינער.