שפּראַכן קען ער, אָבער רעדן מיט פֿרויען — ניט

Speaks Many Languages but Can‘t Speak to Women

מײַקל לוי האַריס ווי „דזשייק‟ אינעם „פֿיל־שפּראַכיקער‟
מײַקל לוי האַריס ווי „דזשייק‟ אינעם „פֿיל־שפּראַכיקער‟

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published November 14, 2014, issue of December 05, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

האַריס האָט באַשלאָסן אָנצושרײַבן דעם סצענאַר, ווײַל „אין דער אמתן איז מיר נימאס געוואָרן צו וואַרטן, מע זאָל מיך אַרײַננעמען אין אַ פֿילם. איך בין געווען אויף אַ מסיבה און אַ חבֿר, וואָס איז אַליין אַן אַקטיאָר, האָט געזאָגט, אַז אַקטיאָרן מוזן נעמען זייערע קאַריערעס אין די אייגענע הענט, און מאַכן זייערע אייגענע פֿילמען‟.

ווען דער אַקטיאָר האָט דערקלערט, אַז מע קען מאַכן אַ קורצן פֿילם פֿאַר $300, און אַז קורצע פֿילמען דאַרפֿן בלויז דויערן פֿינף מינוט, האָט האַריס באַשלאָסן צו מאַכן זײַן אייגענעם קורצן פֿילם, באַזירט אויף אַ פּאָר קאָמישע און אַבסורדישע איבערלעבונגען פֿון זײַן אייגענעם לעבן. נאָך צוויי יאָר פֿון שרײַבן און איבערשרײַבן איז געשאַפֿן געוואָרן דער סצענאַר פֿון „דער פֿיל־שפּראַכיקער‟.

האַריס׳ וועג צו ווערן אַן אַקטיאָר איז ניט געווען קיין טיפּישער. כאָטש ער האָט געשפּילט אין פֿאָרשטעלונגען בשעת זײַנע קינדער־יאָרן, ווי אויך אַ ביסל אין „קאָלומביע‟־אוניווערסיטעט, האָט ער געמיינט, אַז אַזאַ קאַריערע איז סתּם אַ „פּוסטער נאַרישער חלום‟, און „דאָך בין איך געפֿאַלן אויפֿן געדאַנק צו ווערן אַן אַקטיאָר. דערפֿאַר האָב איך שטודירט אויפֿן פֿאַקולטעט פֿון מיטל־מיזרחדיקע שפּראַכן און קולטורן‟.

נאָך זײַנע שטודיעס האָט האַריס באַקומען אַ זעלטענע געלעגנהייט: מע האָט אים געבעטן צו האַלטן אַן אויג אויף אַ דירה אויפֿן „אָפּער איסט סײַד‟ פֿון מאַנהעטן. „צוליב דעם, וואָס איך האָב ניט געהאַט קיין אַרבעט און אויך ניט געדאַרפֿט צאָלן קיין דירה־געלט, האָב איך געטראַכט: ׳אויב איך וועל אַ מאָל האָבן די געלעגנהייט צו ווערן אַן אַקטיאָר, איז איצטער די בעסטע צײַט׳. איך האָב זיך אַבאָנירט אויפֿן Backstage Magazine (אַ זשורנאַל פֿאַר אַקטיאָרן), און געענטפֿערט אויף אַ רוף נאָך אַקטיאָרן‟. האַריס האָט זיך געטראָפֿן מיטן רעזשיסאָר, דער באַקאַנטער אַקטיאָר ראָבערט דעניראָ, און באַקומען אַ ראָלע. ס׳איז געווען אַ קליינע ראָלע, כּמעט אינעם הינטערגרונט, אָבער ער האָט פֿאַרדינט $2,000 דאָלאַר אין 4 טעג, און איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿונעם „פֿאַראיין פֿון פֿילם־אַקטיאָרן‟ (Screen Actors Guild).

נאָך זײַן ערשטער ראָלע האָט האַריס באַשלאָסן, אַז כּדי צו ווערן אַן אַקטיאָר, דאַרף ער בלויז צײַט און געלט, און ער האָט אָנגעהויבן זוכן אַרבעט. זײַנע שטודיעס און גוטע קענטעניש פֿון אַראַביש האָבן אים דערמעגלעכט אָנצונעמען אַ שטעלע אין אַ באַנק אין דובײַ. נאָך אַ יאָר אַרבעט דאָרטן איז אים נימאס געוואָרן, און ער איז צוריקגעפֿאָרן אין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט זיך פֿאַרשריבן אין אַ טרעניר־פּראָגראַם פֿאַר אַקטיאָרן.