איסלאַם אין אַמעריקע

Islam in America


פֿון לייזער בורקאָ

Published November 14, 2014, issue of December 05, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער וווּקס פֿון דער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג שטעלט די אַמעריקאַנער ייִדן אין אַן אומבאַקוועמער סיטואַציע, ווײַל עס פֿאַרשטייט זיך, אַז ס’רובֿ מוסולמענער סימפּאַטיזירן מיט די פּאַלעסטינער און האַלטן, אַז זיי ווערן באַעוולט פֿון ישׂראל און פֿון „די ייִדן‟. ווילנדיק צי ניט־ווילנדיק, האָבן אַלע ייִדן אומעטום אַ חלק אין דעם, וואָס ס׳קומט פֿאָר אין מדינת־ישׂראל. ס׳איז מער ניטאָ וווּ צו אַנטלויפֿן. איך געדענק איין מאָל, ווי איך בין געפֿאָרן צום פֿליפֿעלד מיט אַ טאַקסי און געפֿירט אַ גוטמוטיקן שמועס מיטן שאָפֿער, האָט ער פּלוצעם אַ פֿרעג געטאָן: „און וווּהין פֿליט איר?‟ פֿונעם נאָמען אויפֿן שילדל האָב איך באַמערקט, אַז דער שאָפֿער איז מסתּמא אַן אַראַבער, האָב איך גלײַך פֿאַרלוירן דעם חשק אים צו זאָגן, אַז איך פֿלי אין אונדזער ארץ־הקודש.

צום גליק, ניט ווי אין אייראָפּע, זײַנען ס’רובֿ אַמעריקאַנער מוסולמענער פֿונעם בעל־הבתּישן מיטלשטאַנד: דאָקטוירים, אינזשענירן, מענטשן מיט דיפּלאָמען, וואָס פֿאַרדינען מער ווי די דורכשניטלעכע אַמעריקאַנער. זיי לעבן אויסגעמישט מיט די אַנדערע בירגער, ניט אין קיין מוסולמענישע „געטאָס‟ אָדער אָרעמע געגנטן הינטער דער שטאָט. דעריבער איז זייער נטיה צו ראַדיקאַליזם אַ סך שוואַכער בײַ אונדז, און הלוואַי ווײַטער אַזוי. אין דער גרעסטער ייִדישער געגנט, באָראָ־פּאַרק, ברוקלין, וווינען אויך טויזנטער מוסולמענער, און די צוויי גרופּעס לעבן צוזאַמען בשלום. פֿאַקטיש שאַצן די מוסולמענער אָפּ די קאָנסערוואַטיווע אַטמאָספֿער, וואָס די חסידים האָבן דאָרט געשאַפֿן: ניטאָ קיין פֿיזישער קאָנטאַקט צווישן מענער און פֿרויען אויף דער גאַס, מע לערנט די יוגנט דרך־ארץ און ייִראת־שמים. צוליב זייער סאָציאַלער קאָנסערוואַטיווקייט, האָבן גאַנצע 80% פֿון די אַמעריקאַנער מוסולמענער געשטימט פֿאַרן רעפּובליקאַנער דזשאָרדזש בוש אין די וואַלן פֿון יאָר 2000, כאָטש אַ סך האָבן זייער גיך חרטה געהאַט.

די גרויסע מערהייט אַמעריקאַנער מוסולמענער זײַנען וווילע מענטשן מיט אַ גוטן ווילן, וואָס זוכן דאָ דאָס ביסעלע גליק און דעם „אַמעריקאַנער חלום‟, וואָס ס׳האָט זיי אויסגעפֿעלט בײַ זיך אין דער היים, פּונקט ווי אַלע אַנדערע. פֿון דעסטוועגן, איז שווער צו פֿאַרקוקן דעם פֿאַקט, אַז אויף דער סקאַלע פֿון רעליגיעס, פֿון כּמעט ראַציאָנאַליסטיש (לאָמיר זאָגן, די אוניטאַריער און די רעפֿאָרם־ייִדן) ביז דער העכסטער מדרגה פֿון פֿאַנטאַזיע און פֿאַנאַטיזם, ליגט דער איסלאַם אַ ביסל העכער. דעריבער איז ניט געווען אַזאַ גרויסער שאָק, ווען דער געוועזענער אימאַם פֿונעם „איסלאַמישן צענטער פֿון ניו־יאָרק‟, דאָרט וווּ איך בין אויפֿגעוואַקסן, האָט זיך אַרויסגעזאָגט באַלד נאָכן 9/11 מיט אַזעלכע ווערטער, אַז „נאָר די ייִדן‟ זײַנען בכּוח דורכצופֿירן אַזאַ אַטאַק, און „ווען דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק וואָלט זיך דערוווּסט דערפֿון, וואָלט עס געמאַכט דאָס זעלבע מיט די ייִדן וואָס היטלער‟.