אַ דײַטשישער אַמבאַסאַדאָר וויל באַזוכן אַ סתּירותדיקן צווינטער

German Envoy to Visit SS-Associated Cemetery

דער צווינטער אין איסעלסטיין
דער צווינטער אין איסעלסטיין

Published November 14, 2014, issue of December 05, 2014.

די האָלענדישע טאָג־צײַטונג „טעלעגראַף‟ האָט איבערגעגעבן, אַז דער דײַטשישער אַמבאַסאַדאָר אין האָלאַנד, פֿראַנץ יאָזעף קרעמפּ, קלײַבט זיך צו באַטייליקן זיך אין אַן אָנדענק־אונטערנעמונג אויף אַ צווינטער, וווּ עס ליגן באַגראָבן אַ סך זעלנער פֿון „עס־עס‟.

די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען דעם 16טן נאָוועמבער, אויפֿן צווינטער אינעם דאָרף איסעלסטיין, נישט ווײַט פֿון איינדהאָווען, אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון האָלאַנד. דער אַמבאַסאַדאָר ווייסט, לויט דער צײַטונג, אַז דאָרטן ליגט דאָס געביין פֿון אַ סך נאַציס, וועלכע האָבן געדינט אינעם טרויעריק באַרימטן ספּעציעלן אַרמיי־אָפּטייל „וואַפֿען עס־עס‟, וואָס האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די בלוטיקסטע חורבן־רציחות.

דער צווינטער ווערט רעפּרעזענטירט ווי אַן אָרט, וווּ עס זענען באַערדיקט די דײַטשישע און האָלענדישע קרבנות פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די נעאָ־נאַציסטישע גרופּעס אַסאָציִיִרן עס אָבער דווקא מיט די בפֿירושע נאַציס, וואָס ליגן דאָרטן אויך, און האָבן נישט איין מאָל אָרגאַניזירט דאָרטן זייערע אייגענע אָנדענק־צערעמאָניעס אין זייער כּבֿוד.

הערמאַן לוינסטיין, דער גרינדער פֿון דער גרופּע „דאָס פֿעדעראַטיווע ייִדישע האָלאַנד‟ און אַן אָרטיקער אַקטיוויסט, וואָס פּראָטעסטירט קעגן די נעאָ־נאַציסטישע הזכּרה־אונטערנעמונגען, האָט קריטיקירט דעם אַמבאַסאַדאָר און געמאָלדן, אַז זײַן באַזוך וועט שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז די זעלנער פֿון „עס־עס‟ זענען אויך קרבנות, הגם די אמתע קרבנות זענען ייִדן.

דעם „טעלעגראַף‟ האָט זיך אײַנגעגעבן צו באַקענען זיך מיט אַ בריוו פֿון קרעמפּ, וווּ ער דערמאָנט דעם צווינטער און באַמערקט, אַז דאָרטן געפֿינט זיך דאָס געביין פֿון מלחמה־קרבנות, אַרײַנגערעכנט די זעלנער פֿון „וואַפֿען עס־עס‟. אין דער צײַטונג ווערט נישט דערקלערט, צו וועמען דער בריוו איז געווען אַדרעסירט, און אין וואָס פֿאַר אַ קאָנטעקסט דער אַמבאַסאַדאָר האָט עס אָנגעשריבן.

אין האָלאַנד זענען פֿאָרגעקומען אַ ריי שווערע שלאַכטן צווישן די נאַציס און די אַליִיִרטע כּוחות. אויף אַ סך דאָרטיקע צווינטערס זענען באַערדיקט די טויטע פֿון ביידע צדדים. לעצטנס, האָבן עטלעכע ייִדישע גרופּעס אָנגעהויבן פּראָטעסטירן קעגן דער נײַער טענדענץ פֿון די הזכּרה־צערעמאָניעס, וווּ די קרבנות פֿונעם חורבן און די קעמפֿער קעגן די נאַציס ווערן דערמאָנט צוזאַמען מיט די אומגעקומענע דײַטשישע סאָלדאַטן. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון אַזעלכע אונטערנעמונגען באַטאָנען, פֿון זייער זײַט, אַז זייער צוועק איז צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן די מענטשן אינעם הײַנטיקן דור.