הינטער די קוליסן מיט באָריס טאָמאַשעווסקי

Backstage with Boris Tomashevsky

באָריס טאָמאַשעווסי און מאָריס פֿינקל
באָריס טאָמאַשעווסי און מאָריס פֿינקל

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published November 16, 2014, issue of December 05, 2014.

געווען אַמאָל אַ ייִדישער אַקטיאָר, וועלכער האָט געהייסן מיכל מיכאַלעסקאָ. איין מאָל האָט ער געשפּילט די ראָלע פֿון אַ פֿאָטער, וואָס איז צוריקגעקומען פֿון אַ לאַנגער רײַזע און זיך דערוווּסט, אַז מען האָט זײַן איינציק קינד אַרײַנגעגעבן אין אַ יתומים־הויז.

דער אַקטיאָר, וועלכער האָט אים געדאַרפֿט איבערגעבן די ביטערע נײַעס, האָט זיך פּלוצעם איבערגעוועקט און אַרויסגעשטאַמלט אויפֿן הויכן קול:

„איך האָב דײַן קינד אַרײַנגעגעבן אין אַ מושבֿ־זקנים!‟

ליבע פֿרײַנט, הײַנט איז דאָס קינד אונטערגעוואַקסן, געוואָרן אַ פּאָלנער „אַמעריקען־סיטיזען יו־נאָו‟, ווי אַהרן צײטלין באַצײכנט עס אין זײַן „מאָנאָלאָג אין פּליינעם ייִדיש‟. דאָס קינד אָדער דאָס אייניקל האָט מיט דער צײַט באַקומען אַמנעזיע און פֿאַרגעסן פֿון וואַנען ער קומט, און פֿון וועמען ער שטאַמט.

אייניקע לויפֿן זוכן זייער אָפּשטאַם אויף די ליסטעס פֿון די ערשטע עמיגראַנטן, וואָס האָבן געלאַנדעט אין „עליס־אײַלענד‟, די אַנדערע ווידער, „באַדערן זיך שוין נישט מיט די ׳דזשויִש ביזנעס׳‟, און אויף די עלטערע יאָרן האָבן זיי זיך פֿאַרוואַנדלט אין די הײַנטיקע אָפּנעמער פֿון אַ סקאַרבאָווען „דזשויִש טיִעטער‟. זיי פֿילן אָן די אויטאָבוסן, וואָס ברענגען זיי אַרײַן פֿון די היימען פֿאַר אַלטע לײַט אין פֿילאַדעלפֿיע און ניו־דזשוירזי; און כאָטש מען באַנוצט זיך מיט עלעקטראָנישע מאַכערײַקעס, וווּ מ’קען לייענען אויף ענגליש אָדער רוסיש, וואָס ס’קומט פֿאָר אויף דער בינע, ציט עס נישט צו דעם ייִנגערן דור שוין די לעצטע צענדליקער יאָר. איך בין אונטערן אײַנדרוק, אַז אויב מ’וואָלט געשטעלט אויף די בינע־ברעטער אַן ערנסט ווערק, וואָלטן זיי זיך אַלע צונויפֿגעלאָפֿן.

בײַ „ייִדישפּיל‟ אין ישׂראל, זעט איר, גייט יאָ אָן אַ לעבעדיק ייִדיש טעאַטער, וווּ מ’שטעלט הײַנט אַ מוזיקאַלישע ווערסיע פֿון גאָגאָלס „דער רעוויזאָר‟, אין דער הויפּט־ראָלע, דער גלענצנדיקער מײַק בורשטיין און יאַנקעלע באָדו. דער עולם פּאַסמאַקעוועט זיך. זיכער האָבן די פֿאָרשטעלונג באַאַרבעט פֿעיִקע קינסטלער, מוזיקער און דראַמאַטורגן. דעם נײַעם אַרטיסטישן דירעקטאָר ששי קשתּ, קומט אָנערקענונג און אַ יישר־כּוח.

דאָס מאָל וועל איך אויפֿבלעטערן אַ קאַפּיטל באָריס טאָמאַשעווסי, וואָס זײַן אייניקל איז הײַנט דער באַרימטער מוזיקער מײַקל טילסן טאַמאַס. זײַן זיידע, באָריס טאָמאַשעווסקי, דערציילט אויס פֿון חדר, און איך קען זיך מיט אײַך געוועטן, אַז טילסן טאַמאַס אַליין האָט מסתּמא נישט געהער וועגן באָריס טאָמאַשעווסקיס קאָמפּליקאַציעס סײַ הינטער די קוליסן און סײַ אויף דער בינע גופֿא.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.