נײַעס פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published November 17, 2014, issue of December 05, 2014.

נײַ ייִדיש בוך אַרויס אין מעלבורן

אַ צװײ-שפּראַכיקער (ייִדיש און ענגליש) באַנד לידער פֿונעם װאַרשעװער יִידישן פּאָעט ישׂראל שטערן, איז דערשינען אין מעלבורן.

דאָס איז דאָס ערשטע ייִדישע בוך פֿאַר דערװאַקסענע װאָס איז אַרויס אין אויסטראַליע זינט דער ראָמאַניסט און דערצײלער משה אײַזענבוד האָט פֿאַרעפֿנטלעכט פּנינה, אַ באַנד קורצע דערצײלונגען, אין 2008.

דאָס נײַע בוך הײסט „ישׂראל שטערן, געזאַמלטע לידער, װאַרשע 1919־1939‟. דער רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד איז ד״ר ענדרו פֿײַערשטײן און דאָס אַרײַנפֿיר־װאָרט איז געשריבן פֿון פּראָפֿ’ יצחק ניבאָרסקי. די שׂימחה לכּבֿוד דער פּובליקאַציע איז פֿאָרגעקומען בײַ דער „קדימה‟־נאַציאָנאַלער פֿאָלקס־ביבליאָטעק. ד״ר נחמן װאָלסקי האָט גערעדט אויף דער טעמע „קרוינען אויפֿן קאָפּ אין דער קבלה“ און דער יִידישער כאָר „מיר קומען אָן‟ (אונטערן באַטאָן פֿון טאָמי קאַלינסקי) האָט דערפֿרײט דעם עולם מיט ייִדישע לידער.

באַריכט װעגן אַנטיסעמיטיזם אין אויסטראַליע

דער עקזעקוטיװער ראַט פֿון ייִדן אין װיקטאָריע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן יערלעך באַריכט װעגן אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין אויסטראַליע.

די צאָל אָנפֿאַלן איז געשטיגן מיט 35% לויטן באַריכט, װאָס גיט איבער, אַז אַ רײ אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָטעסטן האָבן הײַ־יאָר אָנגענומען אַן אַנטיסעמיטישן קאָלאָריט. 11 אָנפֿאַלן זײַנען פֿאָרגעקומען אין ניו סאַוט װײלס, צװײ זײַנען פֿאָרגעקומען אין װיקטאָריע, אײן אָנפֿאַל איז פֿאָרגעקומען אין װעסטערן אויסטראַליע און אײנער — אין קװינסלאַנד. פֿאָרשטײערס פֿונעם ראַט באַשולדיקן די עפֿנטלעכע פּרעסע אין פֿאַרעפֿנטלעכן אַנטיסעמיטישע מאַטעריאַלן, און דערבײַ דערמוטיקן זיי די אַנטיסעמיטן. 10 אינצידענטן זײַנען פֿאָרגעקומען בעת די חדשים יולי־אויגוסט.

אַ וואָלונטיר מיט „הצלה‟  אין מעלבורן
Facebook
אַ וואָלונטיר מיט „הצלה‟ אין מעלבורן

18 יאָר „הצלה‟ אין מעלבורן

די מיטגלידער פֿון „הצלה‟, די ייִדישע דינסט פֿאַר גיכער מעדיצינישער הילף, זײַנען זיך צונויפֿגעקומען פֿײַערן די 18 יאָר, װאָס „הצלה‟ עקזיסטירט שוין אין מעלבורן. רעדנערס זײַנען געקומען פֿון אויסטראַליע, אַמעריקע און מדינת־ישׂראל. דער אָװנט האָט אָפּגעגעבן כּבֿוד די פֿרײַװיליקע אַרבעטער פֿון „הצלה‟.

ייִדן און גריכן טאַדלען װיזיט

לאָקאַלע ייִדישע און גריכישע אָרגאָניזאַציעס האָבן װידער געטאַדלט דעם וויזיט פֿונעם פֿאָרשטײער פֿון דער װײַט רעכט־געשטימטער פּאַרטיי „דער גאָלדענער פֿאַרטאָג‟, כּדי צו זאַמלען געלט פֿאַר אירע פּאָליטישע קאָמפּאַניעס אין גריכנלאַנד. די פֿאָרשטײערס װערן דערלויבט צו באַזוכן מעלבורן און סידנײ.

נײַע צוזאָגן פֿון פּאָליטיקער

פּאָליטיקער פֿון די ליבעראַלע און „לײבאָר‟ פּאַרטײען האָבן די װאָך געמאַכט נײַע צוזאָגן צוצוגעבן צו די יערלעכע בודזשעטן פֿון יִידישע אינסטיטוציעס און טאָגשולן װי אַ טײל פֿון דער אָנגײענדיקער פּאָליטישער קאָמפּאַניע אין דער שטאַט װיקטאָריע.

ערשטע קאָנפֿערענץ פֿון קאָנסערװאַטיװע שילן אין אויסטראַליע

פֿאָרשטײערס פֿון די קאָנסערװאַטיװע שילן אין מעלבורן און סידנעי זײַנען זיך צונויפֿגעקומען אין מעלבורן אויף זײער ערשטער אויסטראַלישער קאָנפֿערענץ. די גרופּע האָט שוין אַ בית־דין און אַ יוגנט־גרופּע אין אויסטראַליע.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.