אַ פּאַלעסטינער שאָפֿער אויפֿגעהאַנגען אין ירושלים

Palestinian Driver Found Hanged in Jerusalem

אויטאָבוס־סטאַנציע אין ירושלים
אויטאָבוס־סטאַנציע אין ירושלים

פֿון „רויטערס‟

Published November 18, 2014, issue of December 05, 2014.

מאָנטיק, דעם 17טן נאָוועמבער, האָט די ירושלימער פּאָליציי געמאָלדן, אַז מע האָט געפֿונען אַ טויטן פּאַלעסטינער „אגד‟־שאָפֿער, הענגענדיק פֿון אַ שטריק אין זײַן אויטאָבוס.

דער אינצידענט האָט גורם געווען ווילדע אומרוען בײַ די פּאַלעסטינער אײַנוווינער אין מיזרח־ירושלים, און עדות האָבן געזאָגט דער פּאַלעסטינער נײַעס־אַגענטור „מאַ׳אַן‟, אַז דער 32־יאָריקער שאָפֿער, יוסוף כאַסאַ אַל־ראַמוני, איז דערהרגעט געוואָרן דורך ייִדישע קאָלאָניסטן.

די ישׂראלדיקע פּאָליציי האָט אָבער דערקלערט, אַז לויטן פּאַלמעס, האָט דער שאָפֿער זיך אַליין גענומען דאָס לעבן.

זונטיק אין אָוונט, האָט אַ צווייטער שאָפֿער געפֿונען ראַמוניס קערפּער אין דער אויטאָבוס־סטאַנציע, וואָס געפֿינט זיך אינעם מערבֿדיקן טייל פֿון הר־הצופֿים, נישט ווײַט פֿון די ייִדישע שטחים און פּאַלעסטינער געגנטן. די קרובֿים פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם האָבן פֿאָטאָגראַפֿירט זײַן קערפּער, טענהנדיק, אַז מע זעט דאָרט סימנים פֿון אַן אַטאַק.

דער פּאָליציי־וואָרטזאָגער, מיקי ראָזענפֿעלד, האָט איבערגעגעבן, אַז די מעדיצינישע עקספּערטן האָבן נישט געפֿונען קיין סימנים פּון אַ מאָרד. אין דער פּאַלעסטינער מעדיאַ האָט זיך אָבער גיך פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז די ייִדישע רעכטע עקסטרעמיסטן האָבן דערהרגעט דעם שאָפֿער.

ראַמוני איז געווען אַן אײַנוווינער פֿון דער געגנט ראַס אַל־אַמוד, מיזרח־ירושלים, און אַ טאַטע פֿון צוויי קינדער. ראַמוניס ברודער האָט דערקלערט, אַז זײַן ברודער וואָלט עס בשום־אופֿן נישט געטאָן. „ס׳איז אוממעגלעך. ער האָט געהאַט אַ גליקלעך לעבן,‟ האָט ער געזאָגט.

דערווײַל וואַרט מען צו זען די ווידעאָס פֿון די קאַמערעס אין דער אויטאָבוס־סטאַנציע, כּדי צו דערגיין וואָס פּינקטלעך איז טאַקע געשען.

במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, זענען פֿינף ישׂראלים און איין אויסלענדער דערהרגעט געוואָרן דורך די פּאַלעסטינער, אַריבערגעפֿאָרן מיט אַן אויטאָ אָדער דערשטאָכן מיט אַ מעסער. עבערך אַ טוץ פּאַלעסטינער זענען אומגעקומען, אַרײַנגערעכנט די אָנפֿאַלער אַליין.