פֿראַנצויזישע ייִדן טרעפֿן זיך מיט זייער מוסולמענישע פֿרײַנד

French Jews Tout Their Muslims Allies

כאַסען שאַלגומי אינעם צענטער, בעת דער קאָנפֿערענץ פֿון CRIF דעם 16טן נאָוועמבער.
Cnaan Liphshiz
כאַסען שאַלגומי אינעם צענטער, בעת דער קאָנפֿערענץ פֿון CRIF דעם 16טן נאָוועמבער.

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published November 19, 2014, issue of December 05, 2014.

כאַסען שאַלגומי האָט שוין עטלעכע מאָל געליטן פֿון אַנטיסעמיטישע אַטאַקן, צוליב זײַן אויסגעשפּראָכענער קענגערשאַפֿט צו אַנטיסעמיטיזם, הגם אַליין איז ער נישט קיין ייִד, נאָר גאָר אַ מוסולמענישער אימאַם. בעת דער פֿינפֿטער נאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון דער פֿראַנצויזישער ייִדישער דאַך־אָרגאַניזאַציע CRIF, איז שאַלגומי געקומען, ווי זײַן שטייגער איז, צוזאַמען מיט צוויי לײַבסוועכטער.

דער גײַסטיקער פֿירער האָט דערקלערט, אַז צווישן די מוסולמענער איז פֿאַראַן אַן אומאָנגענעמע מינאָריטעט, וואָס האָט אים שוין אַ סך מאָל געדראָט אומצוברענגען, און וואָס שאַט דער רעפּוטאַציע פֿון זײַן רעליגיע. די אַנטיסעמיטישע און עקסטרעמיסטישע עלעמענטן שאַפֿן, האָט שאַלגומי צוגעגעגעבן, אַ פּראָבלעם נישט בלויז פֿאַר די ייִדן, נאָר אויך פֿאַר די מוסולמענער.

אין דער קאָנפֿערענץ האָבן זיך באַטייליקט מער ווי 500 מענטשן, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל מוסולמענער. הגם בעת דער אונטערנעמונג זענען דער נײַער פֿראַנצויזישער הויפּט־רבֿ, חיים קאָרסיאַ, און אַ צאָל אַנדערע רבנים, אויפֿגעטראָטן וועגן ייִדישע רוחניותדיקע ענינים, און דער פֿילאָסאָף בערנאַר־אַנרי לוי האָט גערופֿן די ייִדן צו בלײַבן אינעם לאַנד און האָט באַטראַכט זייער צוקונפֿט, האָבן ס׳רובֿ דיסקוסיעס געהאַט צו טאָן מיט אַנטיסעמיטיזם.

אין פֿראַנקרײַך וווינען בערך אַ האַלב מיליאָן ייִדן. לעצטנס, בפֿרט בעת דער מלחמה אין עזה דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, זענען אינעם לאַנד אויסגעבראָכן הונדערטער אַנטיסעמיטישע אינצידענטן. במשך פֿון די ערשטע זיבן חדשים פֿונעם יאָר 2014, האָט די ייִדישע קהילה באַקומען 527 אָנקלאָגן וועגן אַנטיסעמיטיזם — אין פֿאַרגלײַך מיט 423 במשך דעם גאַנצן יאָר 2013. אין ס׳רובֿ פֿיזישע אָנפֿאַלן זענען געווען פֿאַרמישט מוסולמענער אָדער קינדער פֿון מוסולעמענישע משפּחות.

בעת דער קאָנפֿערענץ האָט מער דורכגעפֿירט אַ וואַרמעס־סעסיע מיט לאַטיפֿאַ איבן זיאַטען — די מוסולמענישע פֿרוי, וואָס איר זון איז געווען איינער פֿון די דרײַ אומגעקומענע סאָלדאַטן, דערהרגעט דורכן טעראָריסט מאָכאַמעד מעראַ. דער זעלבער פּאַרשוין האָט אינעם יאָר 2012 אויסגעהרגעט פֿיר מענטשן, בתוכם דרײַ קינדער, בעת זײַן אַטאַק אויף אַ ייִדישער שול אין טולוז. זיאַטען האָט זיך באַקלאָגט, אַז פֿאַר איר איז ממש עקלדיק צו הערן, אַז געוויסע יונגע מוסולמענער האַלטן דעם דאָזיקן מערדער פֿאַר אַ „מאַרטירער‟.

שאַלגומי דינט ווי אַן אימאַם אין דער שטאָט דראַנסי, נישט ווײַט פֿון פּאַריז. איינמאָל, ווען ער איז געגאַנגען אויף דער גאַס, האָט אַ יונגערמאַן אים געוויזן מיטן גראָבן פֿינגער אַראָפּ, אַז ער וויל אים באַגראָבן. דער אימאַם איז צוגעקומען, און דער יונג האָט אים דערקלערט, אַז ער האָט אים פֿײַנט, ווײַל ער איז געוואָרן אַ „רבֿ‟, וואָס חבֿרט זיך מיט די ציוניסטן. אַן ענלעכער אינצידענט איז געשען אינעם יאָר 2010 בעת אַ תּפֿילה אין שאַלגומיס מעטשעט.

בעת דער קאָנפֿערענץ, האָט מען באַמערקט, אַז די אַנטיסעמיטישע שטימונגען זענען מער פֿאַרשפּרייט צווישן די מוסולמענער, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע באַפֿעלקערונג־גרופּעס אינעם לאַנד. 74 פֿון די אויסגעפֿרעגטע 1,500 אָרטיקע מוסולמענער טענהן, אַז ייִדן האָבן צופֿיל השפּחה אויף דער פֿראַנצויזישער עקאָנאָמיע. שאַלגומי האָט אויף דעם געענטפֿערט, אַז אַנשטאָט צו שעמען זיך, דאַרפֿן די מוסולמענער באַטראַכטן אַזעלכע ציפֿערן, כּדי צו געבן זיך אַן עצה, ווי אַזוי מע קאָן באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם.

דער אימאַם האָט באַמערקט, אַז דער אַלגעמיינער קריזיס אינעם לאַנד איז משפּיע אויף אַזעלכע יחידים, ווי די אָרטיקע פּאָר הונדערט שטיצער פֿון ISIS. זייער שיטה האָט אָבער גאָרנישט צו טאָן מיטן טראַדיציאָנעלן איסלאַם. בעת דעם וואַרמעס, האָבן עטלעכע באַטייליקטע באַמערקט, אַז צוליב די אַלגעמיינע סאָציאַלע פּראָבלעמען איז אויך געשטיגן די פּאָפּולאַריטעט פֿונעם פּראָ־פֿאַשיסטישן „נאַציאָנאַלן פֿראָנט‟.

אַ טייל ייִדן שטיצן דעם „פֿראָנט‟ צוליב די אַנטי־מוסולמענישע שטימונגען פֿון דער דאָזיקער פּאַרטיי. איר גרינדער, זשאַן־מאַרי לע־פּען, איז אָבער אויך באַקאַנט ווי אַ בפֿירושער אַנטיסעמיט, וועלכן מע האָט עטלעכע מאָל פֿאַרמישפּט פֿאַרן אָפּלייקענען דעם חורבן און העסלעכע ווערטער קעגן ייִדן.