ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published November 19, 2014, issue of December 05, 2014.

הזכּרה־צערעמאָניע נאָך די קרבנות פֿונעם טעראָריסטישן אַטאַק אין ירושלים

די ייִדישע קהילה פֿון רוסלאַנד דריקט אויס איר מיטלייד צו די משפּחות פֿון קרבנות פֿונעם טעראָריסטישן אַטאַק, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין ירושלים דעם 18טן נאָוועמבער.

אָפֿיציעלע בריוו האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט די ביידע הויפּט־רבנים — אי ר׳ אַדאָלף שאַיעוויטש אי ר׳ בערל לאַזאַר. איינער פֿון די אומגעקומענע, ר’ משה טווערסקי, איז אַ קרובֿ פֿונעם טשערנאָבילער רבין, וואָס איז אַנומלט געקומען מיט אַ וויזיט קיין מאָסקווע און געבענטשט דעם עולם פֿון דער כאָראַלער שיל אויף אַרכיפּאָוו־גאַס. דאָרטן, אין דער כאָראַלער שיל, וועט דאָנערשטיק פֿאָרקומען אַ טרויער־צערעמאָניע מיט אַזכּרה.

אין דעם נײַעם ייִדישן מוזיי, וואָס געהערט צו דער צווייטער ייִדישער קהילה, דעם חב”ד, האָט מען הײַנט געעפֿנט אַן אויסשטעלונג לכּבֿוד ר’ שמריה־לייב מעדאַליע — דער מאָסקווער רבֿ, וואָס איז דערשאָסן געוואָרן אין 1938 פֿון הרוגי־מלכות. ס’האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די דאָזיקע אויסשטעלונג, וואָס דער מוזיי האָט צוגעגרייט שוין לאַנג, איז טראַגיש און סימבאָליש צונויפֿגעפֿאַלן מיט די געשעענישן פֿון קעגנוואַרט.

וואַלערי סענדעראָוו, ייִדישער מאַטעמאַטיקער און קעמפֿער קעגן אַנטיסעמיטיזם, געשטאָרבן

וואַלערי סענדעראָוו
וואַלערי סענדעראָוו

די וואָך איז אין מאָסקווע געשטאָרבן וואַלערי סענדעראָוו — אַ מאַטעמאַטיקער, אַ פֿילאָסאָף און אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער. ער איז באַרימט פֿאַר האָבן געווען דער ערשטער צו שרײַבן וועגן דעם אַזוי־גערופֿענעם „אינטעלעקטועלן גענאָציד‟ פֿון די ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

אין די 1970ער יאָרן, זײַענדיק אַ לערער פֿון מאַטעמאַטיק, האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט דעם פֿאַקט, אַז זײַנע תּלמידים־ייִדן, אַפֿילו די בעסטע, וואָס האָבן געוווּנען אויף אַל־פֿאַרבאַנדישע מאַטעמאַטישע אָלימפּיאַדן, האָבן ניט געקענט באַשטיין דעם אײַנטריט־עקזאַמענען אויפֿן מעכאַניש־מאַטעמאַטישן פֿאַקולטעט פֿון מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט — אַזוי האָט זיך די מעשׂה אָנגעהויבן. ער האָט פּובליקירט עטלעכע אַרטיקלען וועגן דעם, און אויך אַ בוך מיטן נאָמען „אינטעלעקטועלער גענאָציד‟ — וועגן דער דיסקרימינאַציע פֿון די ייִדן אויף אויפֿנאַם־עקזאַמענס אין די בעסטע מאַטעמאַטישע אוניווערסיטעטן.