„גרים הייתם‟: ייִדיש ווי אַן אייראָפּעיִשע שפּראַך

Converts to Judaism and European Roots of Yiddish

לאָרד דזשאָרדזש גאָרדאָן, אַ בריטישער פּאָליטיקער און אויפֿשטענדלער קעגן דער מלוכה, וועלכער האָט זיך מגייר געווען אינעם יאָר 1787, פֿאַרן און נאָכן גיור
Wiki Commons
לאָרד דזשאָרדזש גאָרדאָן, אַ בריטישער פּאָליטיקער און אויפֿשטענדלער קעגן דער מלוכה, וועלכער האָט זיך מגייר געווען אינעם יאָר 1787, פֿאַרן און נאָכן גיור

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 20, 2014, issue of December 05, 2014.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מײַנער אַ באַקאַנטער, אַ ייִד פֿון גרוזיע, חתונה געהאַט על־פּי הלכה מיט זײַן פֿרוי, וועלכע האָט זיך ערשט געהאַט מגייר געווען. דאָס פּאָרפֿאָלק קומט שוין לאַנג אין אַ ליובאַוויטשער שיל. מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט אַן אַנדער חבֿר מײַנער, אַ ייִדיש־רעדנדיקער חסיד פֿון באָראַָ־פּאַרק, חתונה געהאַט אין לאָס־אַנדזשעלעס מיט אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער גיורת, וואָס דאַוונט אויך אין חב״ד.

בעת מײַנע חבֿרים האָבן געפּראַוועט זייערע שׂימחות, האָט די ייִט״אַ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דעם, ווי אַזוי אין אַ טייל פֿרומע קהילות קוקט מען אויף די גרים ווי אויף אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן פֿרעמדן עלעמענט. איך האָב אויך נישט איין מאָל געהערט פֿון מײַנע באַקאַנטע אַזעלכע אומאָנגענעמע מעשׂיות. די ליובאַוויטשער קהילות זענען אָבער דווקא פֿול מיט גרים און קינדער פֿון נישט־ייִדישע טאַטעס. אַ צאָל ליובאַוויטשער גרים זענען שוחטים, סופֿרים און פּראָמינענטע רבנים. אַ טייל אַנדערע גאָר פֿרומע חבֿרות, אַרײַנגערעכנט די בראַצלעווער חסידים און נטורי־קרתּא, באַציִען זיך אויך גאַנץ וואַרעם צו נישט־מיוחסדיקע ייִדן, און ציִען זיי כּסדר צו.

ס׳איז פֿאַרשפּרייט אַ סטערעאָטיפּ, לויט וועלכן בלויז אַ קנאַפּע צאָל יחידים זענען במשך פֿון דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע געוואָרן ייִדן, און אַז דער פּראָצעס פֿונעם גיור איז אַלעמאָל געווען אַ שווערער און אַ לאַנגער. לויט אַן אַנדער סטערעאָטיפּ, זענען די געמישטע חתונות, וואָס דינען אָפֿט ווי אַ סיבה פֿונעם גיור, בלויז אַ מאָדערנער פֿענאָמען. אין דער אמתן, איז דער גאַנצער ענין פֿון „ריינעם‟ ייִדישן ייִחוס היפּש איבערגעטריבן.

אינעם יאָר 1806, האָט נאַפּאָלעאָן צונויפֿגערופֿן אַן אַזוי־גערופֿענעם „גרויסן סנהדרין‟ פֿון רבנים און כּלל־טוער, און געפֿרעגט בײַ זיי 12 קשיות, אין שײַכות מיט דער ייִדישער עמאַנציפּאַציע אין זײַן אימפּעריע. די רבנים האָבן געענטפֿערט, אַז ייִדן דאַרפֿן באַטראַכט די קריסטן ווי זייערע ברידער און שוועסטער. ס׳רובֿ באַהאַנדלטע ענינים זענען נישט קיין גרויסער חידוש. למשל, אַ ריי מערבֿ־אייראָפּעיִשע רבנים האָבן נאָך אינעם 16טן יאָרהונדערט געטענהט, אַז אַ ייִד טאָר נישט אַנטלײַען געלט צו אַ קריסט בריבית, מיט אַ פּראָצענט, ווײַל די הײַנטיקע גויים דינען נישט קיין עכטע עבֿודה־זרה.

הרבֿ יוסף־דוד זינצהיים, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט נאַפּאָליאָנס „סנהדרין‟ און אַ זיצונג פֿון נאַפּאָליאָנס „סנהדרין‟
Wiki Commons
הרבֿ יוסף־דוד זינצהיים, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט נאַפּאָליאָנס „סנהדרין‟ און אַ זיצונג פֿון נאַפּאָליאָנס „סנהדרין‟

נאַפּאָלעאָנס „סנהדרין‟, בראָש מיטן שטראַסבורגער רבֿ יוסף־דוד זינצהיים — אַ באַקאַנטער פּוסק, דער מחבר פֿונעם ספֿר „יד דוד‟ — האָט אָנערקענט די בירגערלעכע חתונות צווישן ייִדן און קריסטן. אָט דאָס איז טאַקע אַ חידוש. דעם דאָקומענט האָבן געשטיצט נאָך אַ ריי אַנדערע באַקאַנטע גרויסע מערבֿ־אייראָפּעיִשע רבנים.

לויט אַ באַקאַנטער הלכה־דעה, פֿאַרווערט די תּורה חתונה צו האָבן בלויז מיט די אוראַלטע זיבן פֿעלקער פֿון ארץ־כּנען; עס זענען אויך דאָ געוויסע באַגרענעצונגען לגבי די עמונים, מואָבֿים און מיצריים. מיט די אַנדערע גויים איז דער איסור אַ גזירה־מדרבנן, וואָס האָט צו טאָן מיט דער עבֿודה־זרה. ווי באַלד די קריסטן גלייבן אין איין גאָט, האָט דער פֿראַנצויזישער בית־דין באַמערקט, ווערט דער גאַנצער איסור בטל.