נײַעס פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published November 24, 2014, issue of December 19, 2014.

אַ פּאָלאַק פֿון די חסידי עומות העולם באַערט אין קאַנבערע

ראָמאַן טאַליקאָװסקי איז באַערט געװאָרן פֿון יד־ושם פֿאַר ראַטעװען די ייִדישע פּזשיגאָדע משפּחה פֿון די נאַציס. ער איז דעמאָלט געװען אַ פּױלישער סוחר און אַ פֿרײַנד פֿון דער משפּחה, װאָס ער האָט אַרױסגעשמוגלט פֿון װאַרשעװער געטאָ. פֿריִער האָט ער געהאַט אַרײַנגעשמוגלט סײַ געלט, סײַ עסנװאַרג צו דער פֿאַרשפּאַרטער משפּחה. טאַליקאָװסקי האָט זײ געמאַכט געפֿעלשטע פּאַפּירן און האָט געפֿונען װױנערטער פֿאַר דער גאַנצער משפּחה ביזן סוף פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה.

טאַליקאָװסקיס זון, דזשעק, װאָס װױנט איצט אין פּערט, אױסטראַליע, האָט אָפּגענומען דעם פֿאַרשטאָרבענעם פֿאָטערס פּרעמיע אין דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין דער הױפּטשטאָט, קאַנבערע. דאָס איז געשען אין דער אָנװעזנהײט פֿון משפּחה, פֿרײַנד, דעם פּױלישן אַמבאַסאַדאָר, און פֿאָרשטײער פֿון די לאָקאַלע ייִדישע, פּױלישע און קאַטױלישע באַפֿעלקערונגען. דער ייִנגערער טאַליקאָװסקי זאָגט, אַז דער טאַטע איז געװען אַ באַשײדענער און האָט זעלטן װען גערעדט װעגן דער אײגענער גבֿורה. ראָבערט קוסעל, דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קהילה אין קאַנבערע, האָט דערמאָנט װי װיכטיק עס איז צו דערמאָנען די העלדישקײט פֿון ראָמאַן טאַליקאָװסקי און אַנדערע פֿון די חסידי עומות העולם.

פּראָפֿעסאָרין שרון לואין
Getty Images
פּראָפֿעסאָרין שרון לואין

אַ ייִדישע פּראָפֿעסאָרין װערט אַנערקענט װי „דער מעלבורנער תּושבֿ פֿונעם יאָר 2014‟

פּראָפֿעסאָרין שרון לואין איז באַערט געװאָרן אינעם מעלבורנער מאַגיסטראַט װי „דער מעלבורנער תּושבֿ פֿונעם יאָר 2014‟ פֿאַר איר אָנגײענדיקער אַרבעט צו באַקעמפֿן די קראַנקײט HIV. זי איז געװען דער מיט־פֿאָרזיצער פֿון דער הײַ־יאָריקער „אײדס‟־קאָנפֿערענץ אין חודש יולי. זי פֿירט אױך אָן מיטן „דאָהערטי־אינסטיטוט פֿאַר אינפֿעקציע און אימוניזאַציע‟ אין מעלבורן. פּראָפֿעסאָר לואין זאָגט אַז עס איז אַ גרױסער כּבֿוד אַזױ פּרעמירט צו װערן, נאָר אַז דער כּבֿוד געהערט אױך צו דער װיסנשאַפֿטלעכער מאַנשאַפֿט, װאָס אַרבעט מיט מיט איר.

די שטאַטישע פּאַרלאַמענט־ערטער װוּ עס װױנט די גרעסטע מערהײט ייִדן אין װיקטאָריע

די שטאַטישע פּאַרלאַמענט־ערטער װוּ עס װױנט די גרעסטע מערהײט ייִדן אין װיקטאָריע הײסן אַלבערט פּאַרק, אָקלי, בולין, בענטלי, ברײַטאָן, האָטהאָרן, מאַלװערן, פּרעהען, קאָלפֿילד און קיו.

אַלבערט פּאַרק, װוּ עס װױנען 1,411 ייִדן און װוּ עס געפֿינען זיך אײן אָרטאָדאָקסישע שיל און די טאָגשול „יסודי התּורה‟, װערט איצט פֿאָרגעשטעלט אינעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט פֿון אַ מיטגליד פֿון דער לײבאָר פּאַרטײ אָבער עס איז נאָך נישט קלאָר װער װעט זײַן דער פֿאָרשטײער נאָך די קומענדיקע װאַלן.

אָקלי, װוּ עס װױנען 2,432 ייִדן און װוּ עס געפֿינען זיך נישט קײן ייִדישע אינסטיטוציעס, װערט איצט פֿאָרגעשטעלט אינעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט פֿון אַ מיטגליד פֿון דער לײבאָר פּאַרטײ װאָס גײט אױף פּענסיע. עס איז נאָך נישט קלאָר װער װעט זײַן דער פֿאָרשטײער נאָך די קומענדיקע װאַלן.

בולין, װוּ עס װױנען 273 ייִדן און װוּ עס געפֿינט זיך אײן אָרטאָדאָקסישע שיל, װערט איצט פֿאָרגעשטעלט אינעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט פֿון אַ מיטגליד פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ װאָס װעט מסתּמא פֿאָרזעצן זײַן ראָלע נאָך די װאַלן.

בענטלי, װוּ עס װױנען 4,962 ייִדן און װוּ עס געפֿינען זיך אײן פּראָגרעסיװע שיל און אײן חב”ד שיל, װערט איצט פֿאָרגעשטעלט אינעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט פֿון אַ מיטגליד פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ. עס איז נאָך נישט קלאָר װער װעט זײַן דער פֿאָרשטײער נאָך די קומענדיקע װאַלן.

ברײַטאָן, װוּ עס װױנען 2,793 ייִדן און װוּ עס געפֿינט זיך אײן אָרטאָדאָקסישע שיל, װערט איצט פֿאָרגעשטעלט אינעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט פֿון אַ מיטגליד פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ װאָס װעט מסתּמא פֿאָרזעצן זײַן ראָלע נאָך די װאַלן.

האָטהאָרן, װוּ עס װױנען 983 ייִדן און װוּ עס געפֿינען זיך אַ װעלטלעכע ציוניסטישע טאָגשול און דער תּיבֿה צענטער, װערט איצט פֿאָרגעשטעלט אינעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט פֿון אַ מיטגליד פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ װאָס װעט מסתּמא פֿאָרזעצן זײַן ראָלע נאָך די װאַלן.

מאַלװערן, װוּ עס װױנען 3,129 ייִדן און װוּ עס געפֿינען זיך אַ פּראָגרעסיװע טאָגשול, אַ פּראָגרעסיװע שיל און אַ חב”ד שיל, װערט איצט פֿאָרגעשטעלט אינעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט פֿון אַ מיטגליד פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ װאָס װעט מסתּמא פֿאָרזעצן זײַן ראָלע נאָך די װאַלן.

פּרעהרען, װוּ עס װױנען 2,692 ייִדן און װוּ עס געפֿינען זיך דער ייִדישער מוזעום פֿון אױסטראַליע, צװײ אָרטאָדאָקסישע שילן און אײן פּראָגרעסיװע שיל, װערט איצט פֿאָרגעשטעלט אינעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט פֿון אַ מיטגליד פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ. עס איז נאָך נישט קלאָר װער װעט זײַן דער פֿאָרשטײער נאָך די קומענדיקע װאַלן.

קאָלפֿילד, װוּ עס װױנען 19,166 ייִדן, כּמעט א העלפֿט פֿון אַלע ייִדן אין װיקטאָריע, און װוּ עס געפֿינען זיך דער מעלבורנער ייִדישער חורבן פֿאָרש־צענטער און מוזעום, לאָקאַלן פֿון פֿיל ייִדישע אָרגאָניזאַציעס, דער קדימה פֿאָלקס־צענטער און נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק, צװײ חב”ד טאָגשולן, אַ מיזרחי טאָגשול, אַ װעלטלעכע ייִדישיסטישע טאָגשול, אַ קאָנסערװאַטיװע שיל און אַ רײ אָרטאָדאָקסישע שילן, װערט איצט פֿאָרגעשטעלט אינעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט פֿון אַ מיטגליד פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ װאָס װעט מסתּמא פֿאָרזעצן זײַן ראָלע נאָך די װאַלן.

קיו, װוּ עס װױנען 515 ייִדן און װוּ עס געפֿינען זיך אײן אָרטאָדאָקסישע שיל און אײן פּראָגרעסיװע שיל, װערט איצט פֿאָרגעשטעלט אינעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט פֿון אַ מיטגליד פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטײ װאָס װעט מסתּמא פֿאָרזעצן זײַן ראָלע נאָך די װאַלן.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.