די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן פֿאַרלענגערט ביז סוף יוני

Iran Nuclear Talks Extended Until June 30

די אויסערן־מיניסטאָרן פֿון איראַן און די וויכטיקסטע 5 וועלט־מלוכות טרעפֿן זיך דעם 24סטן נאָוועמבער אין ווין
Wiki Commons
די אויסערן־מיניסטאָרן פֿון איראַן און די וויכטיקסטע 5 וועלט־מלוכות טרעפֿן זיך דעם 24סטן נאָוועמבער אין ווין

פֿון ייִט״אַ

Published November 25, 2014, issue of December 19, 2014.

איראַן און די מעכטיקסטע וועלט־מלוכות האָבן באַשלאָסן צו פֿאַרלענגערן דעם טערמין פֿון פֿאַרהאַנדלונגען וועגן דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם ביזן 30סטן יוני. צום סוף מאַרץ, פּלאַנירט מען צו פֿאָרמולירן דעם אַלגעמיינעם פּלאַן פֿונעם אָפּמאַך.

די באַטייליקטע צדדים האָבן מאָנטיק, דעם 24סטן נאָוועמבער, איבערגעגעבן, אַז במשך פֿון די קומענדיקע חדשים, ביז דער ענדגילטיקער דאַטע, וועט מען נישט אָפּשוואַכן ווײַטער די סאַנקציעס קעגן איראַן. ס׳איז נישט קלאָר, פֿאַרוואָס מע האָט באַשלאָסן אָפּצולייגן די דאַטע פֿון יאַנואַר ביז סוף יוני. עס זעט אָבער אויס, אַז דאָס האָט צו טאָן מיט דעם טערמין, בעת וועלכן איראַן וועט מוזן פֿאָלגן די באַגרענעצונגען פֿון די נוקלעאַרע אונטערנעמונגען, כּדי אויסצומײַדן די מעגלעכקייט צו שאַפֿן אַן אַטאָם־באָמבע, און דעם גראַפֿיק, לויט וועלכן מע וועט אָפּשאַפֿן די סאַנקציעס, אויב עס וועט זיך אײַנגעבן צו שליסן אַן אָפּמאַך.

פֿיליפּ האַמאָנד, דער בריטישער אויסערן־סעקרעטאַר, האָט באַטאָנט אין אַ שמועס מיט דער נײַעס־אַגענטור BBC, אַז דער נײַער אָפּלייג פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען איז געווען „אַנטוישנדיק‟. פֿונדעסטוועגן, האָט האַמאָנד צוגעגעבן, דאַרף מען פֿאַרשטיין, אַז אַזאַ ערנסטן ענין קאָן מען נישט לייזן אויף גיכן.

די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט גערופֿן אָפּצושטעלן אינגאַנצן די איראַנישע פּראָגראַם פֿון אוראַניום־באַרײַכערונג. די באַטייליקטע אין די פֿאַרהאַנדלונגען — די פֿאַראייניקטע שטאַטן, בריטאַניע, רוסלאַנד, כינע, פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד — זאָגן אָבער, אַז לויט דעם ענדגילטיקן באַשלוס וועט מען, מסתּמא, דערלויבן איראַן ממשיך צו זײַן אַ מינימאַלע באַרײַכערונג־פּראָגראַם.

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט בעת אַן אויפֿטריט פֿאַר דער כּנסת באַמערקט, אַז דער אָפּלייג פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען איז דווקא אַ גוטער שריט, ווײַל במשך פֿון די קומענדיקע חדשים וועט מען האָבן מער צײַט אָפּצושטעלן דעם אָפּמאַך, וועלכן ער האַלט פֿאַר „זייער אַ שלעכטן און סכּנותדיקן‟. נתניהו האָט דערקלערט, אַז כּל־זמן די צדדים פֿאַרהאַנדלען דעם ענין, האָפֿט זײַן רעגירונג צו געבן זיך אַן עצה, ווי אַזוי נישט צו דערלאָזן איראַן איבערצוטרעטן די געפֿערלעכע שוועל אויפֿן וועג צום אַטאָם־וואָפֿן. דער פּרעמיער האָט צוגעגעבן, אַז זײַן מלוכה האָט תּמיד דאָס רעכט זיך אַליין צו באַשיצן פֿון יעדער מעגלעכער סכּנה.