געטרײַע אונטערטאַנען אין לאַנד פֿונעם „פֿעטער ישמעאל‟

Loyal Subjects in the Land of "Uncle Ishmael"

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published November 26, 2014, issue of December 19, 2014.

די אַמילאָקע אָטאָמאַנישע (טערקישע) אימפּעריע האָט זיך געשטרעקט פֿון די באַלקאַנען ביז צו בבֿל און האָט פֿאַרמאָגט אַ היפּשע און פֿאַרשידן־מיניקע ייִדישע באַפֿעלקערונג. די שטאַרקסטע און אַקטיװסטע עדה זײַנען געװען די ספֿרדים, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין דער טערקישער מדינה נאָכן גירוש־ספֿרד אין 1492. זײ האָבן גערעדט לאַדינאָ, אָבער זײַנען לרובֿ געװען געטרײַע פּאַטריאָטן פֿון דעם איסלאַמישן לאַנד, װאָס האָט זײ געגעבן אַ מקום־מקלט װען די קריסטלעכע אײראָפּע האָט זײ אַרױסגעטריבן.

ביזן נײַנצנטן יאָרהונדערט האָט די צענטראַלע מאַכט געלאָזט די ייִדישע קהילות האָבן אַ ברײטע קאָמונאַלע אױטאָנאָמיע אין זײערע אינערלעכע ענינים, אַבי זײ באַצאָלן כּל־מיני שטײַערן. די מאָדערניזאַציע, װאָס איז געקומען אין די אָטאָמאַנישע לענדער פֿון אײראָפּע, האָט בהדרגה געענדערט דעם דאָזיקן מצבֿ. די לעצטע טערקישע סולטאַנען האָבן אָנגעהויבן שאַפֿן אַן אײנהײטלעכע אָטאָמאַישע נאַציע פֿון די ביז גאָר פֿאַרשידענע פֿעלקער און רעליגיעזע עדות פֿון זײער מלכות. די ייִדישע פּרנסים און כּלל־טוער האָבן געדאַרפֿט זיך צופּאַסן צו דער נײַער פּאָליטיק.

װי עס דערצײלט דזשוליאַ פֿיליפּס כּהן אין איר נײַעם בוך „געװאָרענע אָטאָמאַנער: ספֿרדים און די אימפּעריאַלע בירגערשאַפֿט אין דער מאָדערנער תּקופֿה‟, האָבן די ספֿרדישע פּני זיך צוגעכאַפּט צו דער געלעגנהײט אין 1892 אָפּצומערקן מיט אַ גרױסער פּאָפּמע דעם 400סטן יובֿל פֿונעם גירוש פֿון שפּאַניע און אָנקומען קײן טערקײַ. אַזױ אַרום האָבן זײ געװאָלט אַרױסװײַזן דאַנקבאַרקײט זײער אָטאָמאַנישן הײמלאַנד. מען האָט פֿאַרפּלאַנירט גרױסע עפֿנטלעכע פֿײַערונגען. ספּעציעל זײַנען זײ געװען אױסן צו באַטאָנען דעם חילוק צװישן דעם מצבֿ פֿון ייִדן אין טערקײַ און אין רוסלאַנד, װאָס איז דעמאָלט געװען דער גרעסטער שׂונא פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע. אָבער פֿון די הױכע פֿענצטער אין סולטאַנס הױף האָט מען זײ געלאָזט װיסן, אַז מען דאַרף זיך האַלטן שטיל, און מען האָט אָפּגעפּראַװעט דעם יום־טובֿ נאָר אין די שילן.

ייִדישע דינסט לטובֿת דער אימפּעריע איז געװען ניצלעך אין אױסלאַנד. ראָבערט לװי, דער אַמעריקאַנער אַגענט פֿון אַ גרױסער איסטאַנבולער ייִדישער האַנדל־פֿירמע, האָט זיך גענומען פֿאַר בױען דעם טערקישן פּאַװיליאָן אױף דער װעלט־אױסשטעלונג אין שיקאַגע לכּבֿוד דער 400־יאָריקן יובֿל פֿון קאָלומבוסעס אַנטדעקונג פֿון אַמעריקע. ער האָט אױפֿגעבױט אַ פּרעכטיקן דעקאָראַטיװן „טערקישן דאָרף‟ אין אָריענטאַלישן סטיל אױפֿן ברעג פֿון דער אָזערע מישיגען, װאָס האָט שטאַרק אױסגענומען בײַם אַמעריקאַנער עולם. די ייִדישע צײַטונגען אױף לאַדינאָ האָבן זיך שטאַרק שטאָלצירט מיט לװיס פּאַטריאָטישן אױפֿטו, הגם די אױסשטעלונג האָט גאָר ניט געהאַט צו זאָגן װעגן ייִדן אין טערקײַ.

אין 1911 איז דער טערקישער סולטאַן אַרומגעפֿאָרן איבער זײַנע נחלאָות, און אומעטום האָט מען אים באַגריסט מיט אַ פֿײַערלעכן ברוך־הבאָ. די סאַלאָניקער ייִדן האָבן ניט געװאָלט זײַן הינטערשטעליק. זײ האָבן באַפּוצט זײער שטאָט מיט פּרעכטיקע דעקאָראַטיװע בױגנס, כּדי אַרױסצוּװײַזן זײער ליבע פֿאַר דעם סולטאַן. אײנצײַטיק האָבן זײ אױך בדעה געהאַט „צו באַטאָנען זײער ראָלע אין דער שטאָטישער מאַכט־סטרוקטור‟, האַלט פֿיליפּס כּהן. ניט נאָר דער סולטאַן, נאָר די גאַנצע שטאָט האָט געקאָנט זען דעם עשירות און פּאַטריאָטיזם פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.

אָבער די באַציִונגען צװישן די ייִדן און דער אָטאָמאַנישער מאַכט זײַנען װײַט ניט געװען קײן גלאַטיקע. צום סוף נײַנצנטן יאָרהונדערט, װען די אימפּעריע איז שױן געװען נאָענט צו ירידה, האָט דער סולטאַן באַשלאָסן צו דערקלערן איסלאַם פֿאַרן יסוד פֿון דער אָטאָמאַנער נאַציע. און הגם די לאָיאַלע ייִדישע אינטעליגענץ האָט כּסדר באַטאָנט, אַז די באַציִונג פֿון די מוסולמענער צו די ייִדן איז געווען בעסער ווי די באַציִונג פֿון די קריסטן, איז עס געװאָרן קלאָר, אַז ייִדן, פּונקט אַזױ װי גריכן און אַרמענער, זײַנען בירגער פֿונעם צװײטן סאָרט. דאָס האָט אָבער ניט געשטערט דער מלוכה צו רעקרוטירן ייִדן אין דער אָטאָמאַנישער אַרמײ, װאָס האָט געפֿירט מלחמות קעגן קריסטן אױף די באַלקאַנעס.

די צװײטע פּראָבלעם איז געװען ציוניזם. ארץ–ישׂראל איז געװען אַ טײל פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, און די רעגירונג האָט געקוקט מיט חשד אױף דעם ציוניסטישן פּלאַן צו באַזעצן דעם דאָזיקן לאַנד מיט ייִדן. אַנשטאָט ארץ־ישׂראל האָט די מלוכה געװאָלט שיקן ייִדן אין װײַטע מזרחדיקע מקומות, װוּ עס האָבן געװױנט קורדן און אַראַבער. דער טערקישער גרױס–װיזיר (שני־למלך) האַקי־פּאַשאַ האָט אָפֿיציעל דערקלערט ציוניזם פֿאַר אַ באַװעגונג פֿון „משוגעים‟. דאָס האָט אים פֿון דעסטװעגן ניט געשטערט צו באַזוכן דעם ציוניסטישן קלוב אין סאַלאָניקע בעת דעם סולטאַנס װיזיט אין דער שטאָט.

די שײנע מעשׂה װעגן דעם גליקלעכן ייִדישן לעבן אינעם לאַנד פֿון „פֿעטער ישמעאל‟ האָט איבערגעלעבט סײַ די אָטאָמאַנישע אימפּעריע, װאָס האָט זיך פֿאַנאַנדערגעפֿאַלן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, סײַ די ספֿרדישע קהילות אין די באַלקאַנישע לענדער, װאָס זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן. הײַנט װערט די דאָזיקע געשיכטע צומאָל גענוצט װי אַ מין פּראָפּאַגאַנדיסטישער קעגנגעװיכט צו די טערקישע הריגות פֿון אַרמענער אין 1915. אין 1992 האָט מען אָפּגעמערקט דעם 500סטן יובֿל פֿונעם ייִדישן אָנקומען קײן טערקײַ, און צוליב דעם האָט מען אַפֿילו געעפֿנט אַ „מוזײ פֿון טאָלעראַנץ‟ אינעם בנין פֿון אַ געװעזענער שיל אין איסטאַנבול.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.