וועט טעראָריזם אָפּשטעלן דעם סעקולערן אויפֿבלי אין ירושלים?

Will Terrorism Stifle Jerusalem's Secular Renaissance?

הונדערטער ישׂראלים פֿאַרזאַמלען זיך יעדן פֿרײַטיק אין דער „תּחנה ראשונה‟, כּדי צו פּראַווען אַ סעקולערן קבלת־שבת
Kinneret Kahana
הונדערטער ישׂראלים פֿאַרזאַמלען זיך יעדן פֿרײַטיק אין דער „תּחנה ראשונה‟, כּדי צו פּראַווען אַ סעקולערן קבלת־שבת

פֿון נעמי זעוועלאָף (Forward)

Published November 26, 2014, issue of December 19, 2014.

ירושלים. — די „תּחנה ראשונה‟ [די ערשטע סטאַנציע] זעט אויס ווי אַ געוויינטלעכער דרויסנדיקער אײַנקויף־צענטער, פֿול מיט געוועלבן און קאַפֿעען. דער איין־יאָריקער צענטער איז אָבער אַ חידוש דאָ אין ירושלים, צוליב זײַנע נישט־כּשרע רעסטאָראַנען און צוליב דעם וואָס די געשעפֿטן זענען אָפֿן שבת. שטילערהייט רעפּרעזענטירט עס אַ פּראָטעסט קעגן צוויי כּוחות, וואָס דעפֿינירן די מאָדערנע מערבֿ־ירושלים: די חרדים, און די פּאַלעסטינער זעלבסטמערדערישע אַטאַקן.

אָבער איצט, אַז מע גיסט שוין ווידער בלוט אין דער שטאָט, קאָן דער צענטער ווערן אַן אַנדער מין סימבאָל: די פֿאַרלוירענע האָפֿענונג פֿון אירע סעקולערע ייִדישע אײַנוווינער. „מענטשן האָבן מורא, אַז אַלץ וואָס מיר האָבן דאָ געבויט וועט נישט לאַנג דויערן,‟ האָט באַמערקט רחל עזריה, די פֿאַרטרעטערין פֿונעם ירושלימער בירגער־מײַסטער, און איינער פֿון די פֿירער פֿון דער באַוועגונג צו שאַפֿן אַ פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט אין ירושלים.

די באַוועגונג איז געגרינדעט געוואָרן נאָך דער צווייטער אינטיפֿאַדע, וואָס האָט געדויערט פֿון 2000 ביז 2005. בעת יענע שווערע צײַטן, האָט עזריה דערקלערט, האָבן די סעקולערע ייִדן זיך בלויז קאָנצענטרירט אויף זייער פֿיזישער זיכערהייט, און נישט געלייגט קיין אַכט אויף דער וואַקסנדיקער „חרדיזאַציע‟ פֿון זייער שטאָט. נאָך דעם ווי די טעראָריסטישע אַטאַקן האָבן זיך אָפּגעשטעלט, האָבן אַ סך פֿון זיי אײַנגעזען, אַז ס׳איז בכלל נישטאָ קיין אָרט פֿאַר זיי אין דער הייליקער שטאָט, האָבן זיי זיך אַריבערגעקליבן קיין תּל־אָבֿיבֿ אָדער אין אויסלאַנד.

די סעקולערע ייִדן, וועלכע זענען פֿאַרבליבן, האָבן דעמאָלט אָנגעהויבן שמועסן וועגן בויען אַ מער טאָלעראַנטע, פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט אין מערבֿ־ירושלים. אין 2008 האָט כזריה געגרינדעט די „ירושלמים־פּאַרטיי‟, וואָס פֿאַראייניקט די סעקולערע, טראַדיציאָנעלע און אָרטאָדאָקסישע אײַנוווינער לטובֿת אַ פּלאַטפֿאָרמע פֿון סאָציאַלער גערעכטיקייט, און דערבײַ אויך געקעמפֿט קעגן דעם דרוק מצד די חרדים צו פֿאַרווערן בילדער פֿון פֿרויען אויף רעקלאַמעס אין די עפֿנטלעכע ערטער.

אינעם זעלבן יאָר האָט דער סעקולערער קאַנדידאַט ניר ברקת געוווּנען די וואַלן פֿאַר בירגער־מײַסטער איבערן חרדישן קאַנדידאַט, מאיר פּרוש. זינט דעמאָלט האָט די באַוועגונג געהאַט עטלעכע אַנדערע נצחונות. זי האָט, למשל, באַוויזן צו ענדערן די תּקנות פֿון די שטאָט־ראַטן (דער ישׂראלדיקער עקוויוואַלענט פֿון ייִדישע קהילה־צענטערס), כּדי זיי זאָלן קענען בלײַבן אָפֿן שבת.

„תּחנה ראשונה‟, געבויט פֿונעם אונטערנעמער אַבֿי מורדאָך, האָט שטאַרק אויפֿגעלעבט דאָס סעקולערע לעבן אין ירושלים. „מורדאָך איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין ירושלים ווי אַ סעקולערער ייִד, און דערפֿאַר איז אים געווען זייער וויכטיק צו שאַפֿן אַן אָרט, וואָס וועט זײַן אָפֿן און אָפּערירן שבת,‟ האָט דערקלערט אַריאלה פֿרידמאַן, די פֿאַרוואַלטערין פֿון טוריזם בײַם אײַנקויף־צענטער. הײַנט קען מען שוין אַפֿילו אין „מחנה־יהודה‟, דער באַרימטער ירושלימער „שוק‟ (מאַרק), געפֿינען רעסטאָראַנען, וואָס זענען אָפֿן שבת.

די באַוועגונג ווערט אויך אָפּגעשפּיגלט אין דער לעצטער סטאַטיסטיק פֿונעם גרונט־מסחר. צווישן 2010 און 2013, האָט מען 39% פֿון די נײַע וווינונגען אין ירושלים געבויט אין סעקולערע און מאָדערן־פֿרומע געגנטן, און בלויז 14% — אין די חרדישע, גיט איבער דער „ירושלימער אינסטיטוט‟.

אָבער דער סעקולערער אויפֿבלי אין מערבֿ־ירושלים איז פֿאָרגעקומען גלײַכצײַטיק מיט דער וואַקסנדיקער פֿרוסטרירונג אין מזרח־ירושלים. צוליב דעם ישׂראלדיקן זיכערהייט־מויער און אַנדערע באַגרענעצונגען, האָבן די מזרח־ירושלימער פּאַלעסטינער אַ קנאַפּן צוטריט צום מערבֿ־ברעג, האָבן זיי דערפֿאַר פֿאַרלוירן אַ וויכטיקע קאָמערציעלע באַזע. די מזרח־ירושלימער פּאַלעסטינער האָבן נישט אָנגענומען קיין ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט, קענען זיי נישט שטימען אין די נאַציאָנאַלע וואַלן. די אַראַבישע געגנטן פֿון מיזרח־ירושלים זענען שטאַרק פֿאַרנאַכלעסיקט — צום גרויסן טייל, ווײַל די פּאַלעסטינער אַליין בויקאָטירן די ישׂראלדיקע אינסטיטוציעס; ווי אַ פּועל־יוצא, ווערן זיי אויסגעשלאָסן פֿון האָבן אַ גרעסערע דעה אין דער פּאָליטיק פֿון דער שטאָט.

„די ישׂראלים זיפּן זייערע קאַפּוטשינאָס אויפֿן ברעג פֿון אַ וווּלקאַן,‟ האָט געוואָרנט דניאל סײַדעמאַן, אַן אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקער אַדוואָקאַט, וואָס פֿירט אָן מיט Terrestrial Jerusalem — אַ נישט־פּראָפֿיטיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאָלגט נאָך סענסיטיווע פּאָליטישע אַנטוויקלונגען אין דער שטאָט.

די ישׂראלדיקע באַזוכער פֿון „תּחנה ראשונה‟ זענען אָבער נישט גרייט זיך אונטערצוגעבן. מיט אַ וואָך צוריק, למשל, האָט אַ גרופּע פּאַלעסטינער יונגע לײַט געוואָרפֿן אַ באַטויב־גראַנאַט לעבן דעם צענטער, אָבער די מענטשן אינעווייניק האָבן עס אָבער נישט באַמערקט, ווײַל ס׳איז פּונקט דעמאָלט פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט. „זיי האָבן זיך ערשט דערוווּסט וועגן דעם אינצידענט, נאָך דעם ווי ס׳איז אָנגעקומען די פּאָליציי,‟ , האָט פֿרידמאַן געזאָגט.