ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published November 26, 2014, issue of December 19, 2014.

אַ „יוזער־פֿרענדלי‟ רעפֿאַראַט וועגן יהדות

אַנומלט האָבן מיר דערציילט וועגן דעם קלוב פֿון ייִדישע סטודענטן פֿונעם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן בשותּפֿות מיטן רוסישן חב”ד. די קולטור פֿון סטודענטישע קלובן בכלל און ייִדישע קלובן בפֿרט איז פֿאַר רוסלאַנד נײַ, אָבער איצט האָט מען אַנטדעקט די באַדערפֿעניש פֿון די סטודענטן צו וויסן מער וועגן זייער פֿאָלק און רעליגיע אאַ”וו. דינסטיק דעם 25סטן נאָוועמבער איז אין מאָסקווער אוניווערסיטעט פֿאָרגעקומען די ערשטע לעקציע אין ראַמען פֿון דער אַרבעט פֿונעם קלוב. דעם רעפֿעראַט האָט געהאַלטן דער רבֿ פֿון דער חב”דנער קהילה „חבֿרים‟ (וואָס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿונעם אוניווערסיטעט) — ר’ ממש סקאַלקאַ. דער רעפֿעראַט האָט געהייסן „ייִדישקייט יוזער־פֿרענדלי‟. ר’ סקאַלקאַ האָט גערעדט וועגן די אַספּעקטן פֿון יהדות, וואָס קענען צוציִען אַ ברייטן עולם, און וועגן דעם וואָס יהדות האָט געגעבן דער מענטשהייט.

הויפּט־רבֿ פֿון טשעכיע קאַראָל סידאָן
הויפּט־רבֿ פֿון טשעכיע קאַראָל סידאָן

טשעכישער הויפּט־רבֿ גיט לעקציע וועגן קונסט און אָרטאָדאָקסיע

נאָך אַ מערקווירדיקע באַגעגעניש מיט אַ רבֿ איז פֿאָרגעקומען אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי. דאָרטן האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט דער הויפּט־רבֿ פֿון טשעכיע קאַראָל סידאָן. איידער ער איז געוואָרן אַ רבֿ, איז סידאָן געווען אַ אַ שרײַבער, האָט געאַרבעט אויף דער ראַדיאָ, אין טעאַטער און אין עטלעכע ליטעראַרישע צײַטונגען. אין 1968 האָט ער אָנטייל גענומען אין דער פּראָטעסט־באַוועגונג (פּראָטעסטירנדיק קעגן דעם אײַנפֿירן פֿון סאָוועטישע טאַנקען קיין פּראָג); מע האָט אים באַזײַטיקט פֿון אַלע שטעלעס, ער איז געוואָרן אַן אַרבעטער און האָט פֿאַרקויפֿט צײַטונגען. אין 1983 איז ער אַוועק פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ און איז אַריבער קיין מערבֿ־דײַטשלאַנד. דאָרטן איז ער חוזר בתּשובֿה געווען, האָט זיך געלערנט ייִדישע לימודים אין הײַדלבערגער אוניווערסיטעט — און סוף־כּל־סוף, געוואָרן אַ רבֿ. אין 1989 איז ער צוריק קיין טשעכיע. 
ר’ סידונס רעפֿעראַט אין מאָסקווער מוזיי האָט געהייסן „קונסט און אָרטאָדאָקסיע‟. ער האָט גערעדט וועגן דעם וואָס צווישן דעם קונסט־אמת און דעם רעליגיעזן אמת איז ניטאָ קיין סתּירה.

אויסשטעלונג: ייִדן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה

די ביידע מאָסקווער ייִדישע מוזייען אָרגאַניזירן אַ נײַע אויסשטעלונג מיטן נאָמען „ייִדן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה‟. עס ווערן אויסגעשטעלט עקספּאָנאַטן פֿון פֿאַרשיידענע מוזייען און אַרכיוון פֿון רוסלאַנד און ישראל: טאָגביכער, פֿאָטאָבילדער, ביכער, זשורנאַלן, פּלאַקאַטן און דאָקומענטן. 
די אויסשטעלונג שטימט מיט מיט דער אַלגעמיינער קאָנצעפּציע פֿון דעם נײַעם ייִדישן מוזיי, וואָס דערציילט וועגן די וויכטיקסטע געשעענישן פֿון דער רוסישער געשיכטע, זייער השפּעה אויף רוסישע ייִדן און די אופֿנים, וואָס אויף אים האָבן פֿאַרשיידענע ייִדישע גרופּעס רעאַגירט אויף זיי. עס ווערט געוויזן די השפּעה וואָס די מלחמה האָט געהאַט אויף רוסישע ייִדן (פּאָגראָמען, אַרויסשיקונגען פֿון בײַ־פֿראָנטישע געגנטן, דינסט פֿון העכער ווי 600 טויזנט רוסישע ייִדן אין דער רוסלענדישער אַרמיי) און די דערשײַנונגען, וואָס זענען אַנטשטאַנען צוליב דער דאָזיקער השפּעה: שאַפֿן פֿון וווילטעטיקע אָרגאַניזאַציעס, פֿאַרשטאַרקונג פֿון ציוניסטישע און סאָציאַליסטישע שטימונגען צווישן ייִדן. 
די אויסשטעלונג וועט זײַן אָפֿן ביזן 11טן יאַנואַר.

ייִדישע פּליטים אין גאַליציע, 1914—1915
ייִדישע פּליטים אין גאַליציע, 1914—1915

לעקציע וועגן די ייִדישע מאַפּעס פֿון מדינת־ישׂראל

דער פּראָיעקט „אשכולות‟ האָט דעם 25סטן נאָוועמבער דורכגעפֿירט אַ לעקציע אונטערן נאָמען „אַקסיס מונדי‟ [אַקס פֿון דער וועלט], וואָס איז געווידמעט די ייִדישע מאַפּעס פֿון מדינת־ישראל און די באַשרײַבונגען פֿון ירושלים, וואָס ס׳האָבן איבערגעלאָזט ייִדישע וואַנדערער. דעם רעפֿעראַט וועגן די מאַפּעס און וועגן דעם אונטערשייד צווישן דער אמתער שטאָט ירושלים און אירע אָפּשפּיגלונגען אויף מאַפּעס, בילדער און באַשרײַבונגען האָט געהאַלטן אַ היסטאָריקער פֿון ירושלימער אוניווערסיטעט — איליאַ דינעס.

דרײַ הייליקע טעקסטן צום דרום־פּאָלוס

די רוסישע געאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט האָט דערקלערט אַן עקספּעדיציע אויף דעם דרום־פּאָלוס. אויפֿן וועגן פּלאַנירן די פֿאָרשער צו טויכן טיף אונטערן אײַז. די עקספּעדיציע וועט מיטנעמען דרײַ הייליקע טעקסטן: תּורה פֿון ביראָבידזשאַן, אַ קריסטלעכן ביבל און אַ קוראַן. דער דאָזיקער אויפֿטו זעט אויס ווי אַן אומגעלומפּערטע פּאָליטישע דערקלערונג. די רוסישע געאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט האָט הײַנט צו טאָג כּמעט ניט קיין וויסנשאַפֿטלעכע פֿונקציעס, און איר פֿאָרמאַלער פֿאָרזיצער איז דער פּרעזידענט פּוטין.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.